דוד גאנז

פֿון װיקיפּעדיע
דוד גאנז
געבורט 1541
דייטשלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1613 (אלט 72 בערך)
פראג, טשעכיי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

דוד גאנז (1541 - 25סטן אויגוסט 1613) איז געווען א תלמיד חכם און א יידישער אסטראנאם, מאטעמאטיקער, געאגראף און היסטאריקער און דער מחבר פון "צמח דוד" (שנ"ב). ער איז געווען א תלמיד פונעם רמ"א און פונעם מהר"ל.

דריי טעג נאכאנאנד האט ער געארבעט אין דער אבסערוואטאריע פון טיכא בראהע צוזאמען מיט יאהאנעס קעפלער.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דוד גאנז איז געבוירן אין ליפשטאט (היינט אין נארד ריין-וועסטפאליע) צו זיין פאטער שלמה גאנז, א בעל־הלוואה. ער האט געלערנט אין ישיבה אין באן און אין פראנקפורט. ביי די זעכצן אדער זיבעצן יאר איז ער אריבער לערנען אין קראקע אין דער רמ"א'ס ישיבה.

ער האט געשריבן דאס "צמח דוד" אין צוויי טיילן, וועגן יידישער היסטאעריע און וועגן אלגעמיינער היסטאריע. דאס צמח דוד איז ארויסגעגעבן געווארן צום ערשטן מאל אין שנ"ב. אין תנ"ב האט זלמן הענא איבערגעזעצט דאס בוך אויף יידיש.

ער איז נפטר געווארן אין פראג.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: דוד גאנז