בערעלע חגי

פֿון װיקיפּעדיע
בערעלע חגי
קיין פריי בילד
געבורט 25 יולי 1892
לעטלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 25 אפריל 1954 (אלט 61)
נוארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

בערעלע חַגי (ה'תרנ"ב - כ"ב ניסן ה'תשי"ד) איז געווען א חזן און קאמפאזיטאר אין לעטלאנד און אין ניו יארק.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בערעלע איז געבוירן צו זיין פאטער ר' יצחק חגי וואס איז געווען חזן אין א שטעטל דאַגדע, רוסישע אימפּעריע (היינט אין לעטלאנד).

אלס קינד פון פיר יאר האט ער שוין געהאלפן זיין פאטער ביים עמוד, און ביי די ניין יאר האט ער שוין געהאלטן קאנצערטן.

ביי די אכצן איז ער דורך דער המלצה פונעם ליובאוויטשער רבי'ן געווארן חזן אין סמאלענסק, רוסלאנד. און דריי יאר שפעטער איז ער געפארן קיין אמעריקע, כדי נישט צו דארפן דינען אין מיליטער.

ביים אנקומען צו די פאראייניגטע שטאטן איז ער געווען חזן אין דעטרויט, באסטאן, און דערנאך אין ניו יארק.

דערנאך האט ער געדינט אלס חזן אין דער עדת ישראל שול אין נוארק, ניו דזשערזי, וואו ער האט געארבעט צוזאמען מיטן דיריגענט זאוועל זילבערטס.

אין 1932 האט ער באקומען א פאסטן אין יאהאנעסבורג, דרום אפריקע, וואו ער איז פארבליבן פאר ארום צען יאר.

ער איז אויך ארומגעפארן האלטן קאנצערטן אין ענגלאנד, סקאטלאנד און פראנקרייך.

ער האט אנגעהאלטן די פאזיציע אינעם טעמפל בית אל אין בארא פארק פון תש"ג ביז תשי"ב, איבערנעמענדיג דעם חזן מרדכי הערשמאן.

ער איז נפטר געווארן פלוצלונג אום כ"ב ניסן תשי"ד.

שטימע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בערעלע חגי האט געהאט א הויכע לירישע טענאר מיט א בריליאנטענע פאלסעטא און איז געווען א געוואלדיגער זאגער מיט אן אייגנארטיגע ברען און פלאם ווארעמקייט.

קאמפאזיציעס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער האט איבערגעלאזט אומגעפער פופציג רעקארדירונגען פון זיינע הערליכע חזנ'ישע קאמפאזיציעס פאר אלע געלעגנהייטן, ווי אויך א צאל יודישע פאלקס לידער.

וואכן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אחינו כל בית ישראל
  • אתה חונן
  • והוא רחום
  • יראו עינינו
  • צור ישראל

יום טוב[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • ומפני חטאינו

שבת[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • במה מדליקין
  • החסידים
  • השם מלך
  • והאופנים
  • וכולם מקבלים
  • ישמח משה
  • ישתבח
  • מגן אבות
  • קול השם
  • רצה במנוחתנו
  • תכנת שבת

פאמילע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זיינע קינדער, יונה און גדעון האבן געטוהן אין מוזיק, און די טאכטער פריידע שפירא איז געווען א זינגערין.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]