שמע ישראל

פֿון װיקיפּעדיע

שמע ישראל איז דער פסוק אין ספר דברים וואס זאגט עדות אויף אן איינציגע גאט און איז איינע פון די גרונט-פרינציפן אין די יידישע אמונה.

מען זאגט עס ביי קריאת שמע צוויי מאל א טאג און ווי אויך פארן גיין שלאפן. אויך זאגט מען דאס פארן טויט, בפרט ווען איינער ווערט געהארגעט אויף קידוש השם.

אין די ספר תורה שרייבט מען די אותיות עי"ן און דל"ת גרויס.