שאנק

פֿון װיקיפּעדיע
צוויי ליידיגע אויסשטעל שענק

א שאנק (אדער א שאפע אדער אן אלמער) איז אזא קאסטן פון האלץ, א שטיק מעבל, אמאל שטייט ער אליין, אמאל ווערט ער אריינגעבויט אין א וואנט. מען נוצט א שאנק איינצושפייכלערן פארשידענע זאכן, למשל עסן, קליידער, געשיר, ספרים אדער ביכער.

געוויינטלעך האט א שאנק א טיר (אדער עטליכע טיר), אפשר מיט א שלאס. ס'קען אויך האבן שיפלאדן.

ווען איינער האט א סאך ספרים קען ער האלטן זיי אין א ספרים-שאנק. קליידער האלט מען אין א קליידערשאנק.


גראמאטיק[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • דער שאנק (מ"צ שענק)
  • די שאפע (מ"צ שאפעס)
  • דער אלמער (מ"צ אלמערס)