צאצקע מעשה 2

פֿון װיקיפּעדיע

צאַצקע מעשה 2 (ענגליש: Toy Story 2) איז אן אמעריקאנישער קאמפיוטער אנימירטער פילם פון 1999, און איז א המשך פון דער 1995 פילם "צאַצקע מעשה". ער איז דער דריטער דיזני/פיקסאר פולער-לענג פילם, און איז באפרייט געווארן אין פילם קינאס דורך "בוענא וויסטא פילמען". א שפילכל-קלייַבער האט געגנבעט וואודי, און באז ליכטיאר און זיינע פריינט ראטעווען אים. דער המשך-פילם "צאַצקע מעשה 3" איז באפרייט געווארן אין 2010.