פייער הידראנט

פֿון װיקיפּעדיע
א פייער הידראַנט אין ווירדזשיניע, פאראייניקטע שטאטן
א שלויך פון א לעשאויטא פארבינדט צו א פייער הידראַנט אין ניו יארק

א פֿייער הידראַנט איז א וואַסער קוואַל פֿון וועלכער פֿייערלעשער קענען פֿארבינדן זיך צו דער שטאָטישער וואסער סיסטעם צו העלפן זיי קעמפֿן פֿייערס.

א פֿייער הידראַנט ווערט באנוצט דורך פֿארבינדן א שלויך צו דעם הידראַנט, עפֿענען דעם ווענטיל צו ליפֿערן א שטארקן וואסער גאָס אונטער דרוק. דער שלויך קען זיין פֿארבינדט צו א לעשאויטא, און מיט דעם לעשאויטא'ס פאמפע קען דער וואסער דרוק ווערן פֿאַרשטאַרקט אדער אָפּגעטיילט צו פֿילע גאָסן לויט דער מוז.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: פייער הידראַנטן