עראפלאן קראך אין קווינס

פֿון װיקיפּעדיע

נאוועמבער 12, 2001, האט אמעריקען עירליינס פלייט 587, ארויסגעפלויגן פונעם קענעדי לופטפעלד, אויפן וועג קיין דאמיניקען רעפובליק.

בלויז מינוטן נאכן ארויספליען פונעם לופטפעלד אין קווינס, האט דער פליגער אראפגעקראכט העכער די באוואוינטע געגנט בעל הארבער, אין קווינס. אלע 260 מענטשן אויפן עיר-באס עי-300 פליגער זענען ל"ע תיכף אומגעקומען, און נאך פינף מענטשן אויפן ערד זענען אומגעקומען, עס מאכנדיג אלס די צווייט-ערגסטע

א בילד פון די הייעך

עראפלאן קראך אין די פאראייניגטע שטאטן.

דער עראפלאן קראך וואס האט פאסירט בלויז עטליכע עטליכע וואכן נאך די סעפטעמבער עלווען טעראר אטאקעס, ווען אמעריקאנער און ספעציעל ניו יארקער זענען נאך געווען אין שאק, איז גראד פארדעכטיגט געווארן אלס נאך א טעראר אטאקע. אבער נאך א אויספארשונג איז טעראר אויסגעשלאסן געווארן, און אויספארשער זענען געקומען צום מסקנה אז דער קראך האט פאסירט אין רעזולטאט פון פארנעכלעסיגקייט פון די פילאטן.

א מאפע פונעם קראך