עד, עדד און עדי

פֿון װיקיפּעדיע

עד, עדד און עדי (ענגליש: Ed, Edd 'n' Eddy) איז אַן אַמעריקאַניש־קאַנאַדישע אנימירטע טעלעוויזיע סעריע באשאפן דורך דני אנטאנוטשי פאר קארטון נעצווערק.

געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די מעשה גייט אום דריי יינגלעך מיט די נעמען עד, עדד און עדי. עד איז א גרויסער, איבערנאטירלעך שטארקער אבער פריינדלעכער טיפש. בדרך כלל טוט ער אלץ וואס עדי אים זאגט. עדד, וואס רב כאראקטערן "טופל די" (Double D) רופן, איז א שוואכער אבער פריינדלעכער בר-דעת. עדי איז א קליינער, עגאיסטישער, גיריק און פוילער טענות-ומענות מאכער. ער פארזוכט אלעמאל געלט צו כאפן כדי צו קויפן "דזשאברייקערס" (Jawbreakers). געוווינלעך קריגט ער דאס געלט פון די אנדערע קינדער אלס אויסטויש פאר שלעכטע פראדוקטען אדער באדינגונגען. עד און עדד העלפן אים דערביי.