סטארעט סיטי

פֿון װיקיפּעדיע
סטארעט סיטי ווערט געזען פון קאנארסי זייט פון קליינעם פרעש טייך וואס שיידט אפ צווישן די 2 געגנטן.

סטארעט סיטי (ענגליש: Starrett City) איז א געגנט פאר ארימע שווארצע אייינוואונער ביים ברעג ברוקלין וואס גרעניצט זיך מיט איסט ניו יארק און קאנארסי.

דאס איז געווען יארן לאנג נאכגעלאזט סוואמפס, שטיקער ערד וואס קיין ריעל עסטעיט אונטערנעמער האט זיך נישט געלוינט צו אנטוויקעלן צוליב די פילע קאסטן פון בויען און די וואסעריגע ערד.

ביז די שטאט האט זיך געלאזט קאסטן און אויפגעבויט קאמפלעקס פון איבער 5 טויזנט דירות פאר ארימע מענטשן, מיט קלויסטערס און שאפינג סענטערס.

זיי האבן אויך עלאויקירט א ריזן אידישן מוסד פאר ארימע רוסישע אידישע אימיגראנטען. און א שול פאר די רוסישע אידן דארטן.

מיט יארן צוריק האבן וויליאמסבורג עסקנים דארטן געוואלט מאכן א חסידישן געגענט אבער עס איז צו ווייט פון מאנהעטן דעריבער האט זיך דא נישט איינגעגעבן ווייל די לאנגע נסיעה צו דער ארבייט וואלט פארשווערט די מקור הפרנסה פון די אידן.

דאס איז געווארן איצט אפגעקויפט דורך ר' דוד ביסטריצער בשותפות מיט מענדל שווימער פון קרית יואל וואס וועלן ווארשיינליך דאס איינקעשן אלס א לוקסוס געגנט צו דעוועלאופן נייע וואלקן קראצערס אויף די פילע ליידיג שטחים וואס איז נאך פארבליבן.

געגנטן פון ברוקלין                  

בארא פארק · בושוויק · בעדפארד סטייוועסענט · בּענסאנהורסט · ברייטאן ביטש · גרינפאנט · פארט גרין · וויליאמסבורג · קאנארסי · סי געיט · מיל בייסן · סטארעט סיטי · שיפסהעד ביי · קאני איילענד · פלעטבוש · מידוואוד · פארק סלאופ · פראספעקט פארק · דאונטאון ברוקלין · סאן סעט סיטי · קראון הייטס · און נאך...