מרדכי דוד אונגאר (דאמבראווא)

פֿון װיקיפּעדיע
מרדכי דוד אונגאר
געבורט 1770
פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 8 יאנואר 1843 (אלט 73 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי מרדכי דוד אונגאר זצ"ל (ה'תק"לז' שבט ה'תר"ג), רב אין דאמבראווא.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי מרדכי דוד איז געבוירן און יאר ה'תק"ל (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב צבי הירש אונגאר פון פוילן און צו זיין מוטער מרת מושקיט.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי מרדכי דוד איז געפארן לערנען קיין קאזשניץ וואו ער האט געהערט שיעורים פון דעם עבודת ישראל. יונגערהייט איז רבי מרדכי דוד שוין געווען ביים רבי'ן רבי אלימלך פון ליזשענסק, נאכהער איז רבי מרדכי דוד געווען א תלמיד מובהק פון דעם חוזה פון לובלין. רבי מרדכי דוד האט זיך באזעצט אין דאמבראווא פון דארט האט זיך אנגעהויבן זיין רבישע קייט.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי מרדכי דוד איז נפטר געװארן אין ז' שבט ה'תר"ג.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי מרדכי דוד האט געהייראט מרת חיה שרה א טאכטער פון א גביר פון טשמעלאוו[1]. זייערע קינדער:

  • הרב מנחם מענדל אונגאר ( - ה'תרמ"ב), פון סטאפניץ, ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב ישראל ראטנבערג, פון סטאשעוו, א זון פון הרב מאיר הלוי ראטנבערג פון אפטא, דער "אור לשמים". זייערע קינדער:
    • הרב ישראל אונגאר.
      • הרב מאיר מרדכי דוד אונגאר.
  • הרב ירחמיאל אונגאר.
  • הרב מאיר יהושע אונגאר.
  • מרת שיינדל, די ווייב פון הרב אלימלך פון יעראסלאוו.
  • די ווייב פון הרב נפתלי שפירא הי"ד.
  • מרת רעכיל, די ווייב פון הרב מנחם מענדל רוקח פון דינאוו.
  • מרת שרה, די ווייב פון הרב נפתלי אריה שפיעגעל.
  • די ווייב פון הרב אברהם שלום פנחס ראטטענבערג, פון טשענסטעחאוו, אן אייניקל פון אור לשמים.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • מדרכ"י דוד, נחום מאיר גערמאן
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. מדרכי דוד פרק ב