מייקל פאראדיי

פֿון װיקיפּעדיע
מייקל פאראדיי
Michael Faraday
געבורט 22 סעפטעמבער 1791
קעניגרייך פון גרויסבריטאניע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 25 אויגוסט 1867 (אלט 75)
לאנדאן, פאראייניגטע קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און אירלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט הייגעט צווינטער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מוסדות קעניגלעכע אינסטיטוציע פון גרויסבריטאניע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מונחה לדוקטורט דזשאן טינדאל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
הויפט ביישטייערן
האט אנטפלעקט עלעקטראמאגנעטישע אינדוקציע
האט אנטדעקט בענזען
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
מייקל פאראדיי אין זיינע עלטערע יארן

מייקל פאראדיי FRS (ענגליש: Michael Faraday; ‏22סטן סעפטעמבער 1791-25סטן אויגוסט 1867) איז געווען א בריטישער פיזיקער און כעמיקער וואס האט בײַגעשטײַערט צו די פעלדער פון עלעקטראמאגנעטיזם און עלעקטראכעמיע. ער איז געווען איינער פון די מערסט איינפלוסבאר וויסנשאפטלער אין דער היסטאריע.

דורך זיין פארשן דאס מאגנעטישע פעלד ארום א דורכפירער וואס טראגט א דירעקטן שטראם, האט פאראדיי פעסטגעשטעלט דעם באגריף פון אן עלעקטראמגנעטישן פעלד אין פיזיק. אויך האט פאראדיי פעסטגעשטעלט אז מאגנעטיזם קען האבן א השפעה אויף ליכט-שטראלן. אזוי אויך האט ער אנטפלעקט די פרינציפן פון עלעקטראמאגטענישער אינדוקציע און דיאמאגנעטיזם, און די געזעצן פון עלעקטראליז. אין 1821 האט ער געמאכט דעם ערשטן עלעקטרישן מאטאר.

אין כעמיע האט פאראדיי אנטדעקט בענזען, און ער האט ערפינדן א פריערע פארעם פון דעם בונזן ברענער.

די עיקר כללים פון עלעקטראמאגנעטיק הייסן פֿאראדיי'ס כללים אויף זײַן נאמען.

ער איז געווארן דירעקטאר פון דער קעניגלעכע אינסטיטוציע נאך סיר האמפרי דייווי.