מורמאנסק

פֿון װיקיפּעדיע
מורמאַנסק
Му́рманск
מדינה / טעריטאָריע רוסלאַנד
גרינדונג דאַטע 4טן אקטאבער 1916
שטח 150.55 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

267,422‏
1,976.92 באוואוינער א ק"מ2
http://www.citymurmansk.ru/

מורמאַנסק ( רוסיש : Му́рманск ) איז א שטאָט ביים צפון־מערב עק פון רוסלאנד (68°58 צפון, 33°05 מזרח), צפון פונעם ארקטישן רינג, מיט א פארט אויף די ברעגן פונעם קאלא איינגאס, 12 קילאמעטער פונעם בארענטס ים אויף דעם צפונדיקן ברעג פון דעם קאלא האלבאינזל, נישט ווייט פון דעם רוסלענדישן גרענעץ מיט נאָרוועגיע און פֿינלאַנד.די שטאט האט א באַפֿעלקערונג פון 298,096 (אָפּגעשאַצט 2017 ).

מורמאַנסק איז די גרעסטע שטאָט אין דער וועלט אין דעם אַרקטיק.

געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די שטאט, אמאל באוואוסט אלס ראמאנאוו־אויפן־מארמאן (Романов-на-Мурмане), איז געגרינדעט געווארן אום 21סטן סעפטעמבער 1916, ווען מען האט געבויט די אייזנבאן ליניע צום קולא האלבאינזל און האט באקומען איר נאמען פון דער רוסישער קעניגלעכער דינאסטיע ראמאנאוו הויז. מאָרמאַן איז דער אַלט־רוסישער נאָמען פֿאַר דעם בארענטס ים פון ברענט און פֿאַרן נאָרוועגישן פֿאלק, גערופן נאָרמאַנען. די שטאט האט באקומען איר היינטיקן נאמען נאך דער אקטאבער רעוואלוציע פון 1917.

פון 1918 ביז 1920 איז די שטאט געווען אונטער דער הערשאפט פון די מערב כוחות וואס זענען געווען בונד פון דער ווייסע ארמיי אין דעם רוסישן ציווילע קריג .

די דייטשע קראפֿטן האבן באמבארדירט די שטאָט אין 1941 . מורמאַנסק האָט געליטן גאָר ברייטע צעשטערונג, צווייטנס בלויז צו סטאַלינגראַד אין דער שטארקייט פון דער צעשטערונג. אָבער די סאָוועטישע ווידערשטאַנד האָט פאַרמיטן אַז די דייטשן זאָלן אָקופּירן די שטאָט און אָפּשטעלן באַן פאַרקער.

פּאָליטיק און רעגירונג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בירגערמייסטער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער בירגערמייסטער ווערט געוויילט אין געהיימע וואַלן צווישן די ראטסמענטשן פֿאַר אַ טערמין פון 5 יאָר. דער ערשטער בירגערמייסטער נאָך דעם איינפֿאלן פונעם סאוועטן פארבאנד, אָלעג נאַידיאָנאָווֿ האָט געדינט 11 יאָר אלס בירגערמייסטער און האָט בייגעשטייערט שטארק צו דער אנטוויקלונג פון דער שטאָט.

ביי די וואלן אין סעפטעמבער 2003, האט גענאַדי גאַוורליאַנאָוו געזיגט, אָבער אַ חודש שפּעטער איז ער געווארן ערנסט קראַנק און האט רעזיגנירט אַ יאָר שפּעטער. אין האַרבסט פון 2004, עס זענען געווען ווידער וואַלן, אין וואָס מיכאַיל סאַווטשענקאָ איז געוויילט בירגערמייסטער, וואָס האט געדינט ביז מערץ 2009 ווען ער האט פֿארלירט די וואַלן צו סערגיי סובאָטין.

צווילינג שטעט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]