לאנדשאפט

פֿון װיקיפּעדיע
לאנדשאפט

לאנדשאפט איז כולל אלץ וואס מען קען זען אויף א שטח פון לאנד. דאס שפארט אײַן פֿיזישע ערדפארמען, לעבעדיגע עלעמענטן ווי געוויקסן, בהמות און חיות, אבסטראקטע עלעמענטן ווי באלײַכטונג און וועטער, און געמאכטע עלעמענטן ווי געביידעס.


עטימאלאגיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאס ווארט לאנדשאפט שטאמט פון האלענדיש landschap, וואס די קינסטלערס האבן געניצט וועגן א מאלערײַ וואס ווײַזט א שטח פון לאנד.