טראנספארמערס

פֿון װיקיפּעדיע

טראַנספּאָרמערס (ענגליש: Transformers) זענען פיקטיווע ראָבאָטן וואס ווערן פאבריצירט דורך א שפילכל פירמע מיטן נאמען האסברא. אין די דערציילונג שטאמען זיי פון א פלאנעט מיטן נאמען סײַבערטראָן. עס זענען דא צוויי הויפט גרופעס פון טראַנספּאָרמערס. זיי זענען די אויטאָבאָטן, די העלדן, און די דעסעפּטיקאָנען, די רשעים. דער פירער פון די אויטאָבאָטן הייסט אָפּטימוס פּרײַם, און דער פירער פון די דעסעפּטיקאָנען הייסט מעגאַטראָן. טראַנספּאָרמערס קענען זיך פארוואנדלען אין פארשידענע זאכן ווי אויטאס, עראפלאנען, פייער-געווער און בעלי חיים. די ערשטע טראַנספּאָרמערס זענען פאבריצירט געווארן אין 1984.