טיבער

פֿון װיקיפּעדיע
טיבער
אנזשעלא בריק אין רוים
לענג 405 קילאמעטער
קוואל בארג פֿומאיאלא
הייך פונעם טייכס קוואל 1,268 מעטער
דרענאזש בעקן 17,375 קוואדראט קילאמעטער
דורכשניטלעכער אויסגאס

- ארט

231 קובישע מעטער א סעקונדע

אסטיא

לענדער אין דרענאזש בעקן איטאַליע

דער טיבער (לאטייניש: Tiberis, איטאליעניש: Tevere) איז דער דריט־לענגסטער טייך אין איטאליע. דער טייך הייבט זיך אן אין די אפענינען אין עמיליע-ראמאניא און פליסט מערסטנס דורך אומבריע און לאציא צום טירהענישן ים, צווישן אסטיא און פיומיטשינא.

די שטאט רוים איז געגרינדעט געווארן אויפן מזרח ברעג פונעם טיבער.

געאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער טייך טיבער איז לאנג 405 ק״מ, און האט א דרענאזש בעקן מיט א שטח פון בערך 17,375 קוואדראט ק״מ, קרוב צו 5% פון דער גאנצער טעריטאריע פונעם לאנד.[1]

ער איז דער דריט־לענגסטער טייך פון איטאליע, נאך די טייכן פא און אדיזשע.[2]

טייך לענג (ק״מ) וואסערשייד (ק״מ²)
Po 652 74,970
Adige 410 12,200
Tiber 405 17,375

גאלעריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קאמונע פון פֿיומיטשינא און דער מויל פונעם טיבער, מיי 2013

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. Il Tevere (איטאליעניש). . Autoritá di Bacino del Fiume Tevere. דערגרייכט דעם ‏22סטן פעברואר 2017.
  2. Tevere (איטאליעניש). Treccani.it - Enciclopedie on line. דערגרייכט דעם ‏22סטן פעברואר 2017..

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]