טאבריז

פֿון װיקיפּעדיע
טאַבריז
تبریز
מדינה / טעריטאָריע איראן
גרינדונג דאַטע 791
קאָאָרדינאַטן 38°05′N 46°17′E / 38.083°N 46.283°E / 38.083; 46.283קאארדינאטן: 38°05′N 46°17′E / 38.083°N 46.283°E / 38.083; 46.283
ראַיאָן מזרח אזערביידזשאן פראווינץ

 ‑ אין שטאט

1,579,312‏  (שטייענדיג 2006)
צײַט זאָנע UTC+3:30

טאַבריז (פערסיש: تبریز, אזעריש: تبریز ) איז א שטאט אין איראן, די הויפטשטאט פון מזרח אזערביידזשאן פראווינץ.

ער האט די גרעסטע באפעלקערונג אין צפון מערב איראן מיט 1,597,312 מענטשן (2006), און די זעקסטע גרעסטע אין גאנץ איראן כולה (נאך טעהראן, מאשהאד, איספאהאן, קאראדזש און שיראז). די שטאט איז געגרינדעט געווארן אין 791 און פאר הונדערטער יאר איז געווען א האנדל צענטער.

אין 2010 האט אונעסקא דערקלערט דעם היסטארישן טאבריזער באזאר א וועלט ירושה ארט.

געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די שטאָט איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 791 דורך זובײַדאַ, פרוי פון דעם כאַליף האַרון אַל־ראַשיד, און אין משך פון פיל יאָר איז זי געווען אַ צענטער פון מסחר און שאַפונג פון טעפּעכער. טאַבריז האָט געדינט אַלס קרוינשטאָט פון דער מלוכה צײַטנווײַז אין די צוועלפטע און דרײַצנטע יאָרנהונדערט. נאָכדעם וואָס די מאָנגאָלן האָבן חרוב געמאַכט באַגדאַד אין יאָר 1258, איז איר חשיבות געשטויגן אַלס אַ געגנטישע מסחר־צענטער. די שטאָט האָט דערגרייכט איר סאַמע געזעלשאַפטליכע און עקאָנאָמישע בלי צווישן די יאָרן 1316 ביז 1331, און זי איז שטאַרק באַלויבט אין די שריפטן פון באַוואוסטע וועלט־רײַזער פון יעניקע צײַטן ווי מאַרקאָ פּאָלאָ.

דער שטאָטס אַסטראַטעגישער אָרט האָט אויך צוגעהאָלפן צו איר בליאונג דורכאויס דעם פופצנטן יאָרהונדערט.

אין אָנפאַנג פון דעם זעכצנטן יאָרהונדערט, איז טאַבריז אויסגעקליבן געוואָרן אַלס די קרוינשטאָט פון דער סעפאַווידער אימפּעריע. צוליב דר דראָענדיקער אָטאָמאַנישער אימפּעריע, האָט מען איברגעפירט די קרוינשטאָט אין קאַזווין און שפּעטער אין איספאַהאַן.

די רוסישע אימפּעריע האָט אײַנגענומען די שטאָט אין 1826, אָבער בלויז צוויי יאָר שפּעטער איז זי צוריק אין פּערסישע הענט. דורכאויס דעם נײַנצנטן יאָרנונדערט איז טאַבריז געוואָרן פון די וויכטיקסטע שטעט אין דער מדינה. אין פיל הינזיכטן, האָט זיך די מאָדערניזאַציע אין איראַן אָנגעפאַנגען אין איר.