חיים שאול גריינימאן

פֿון װיקיפּעדיע
חיים שאול גריינימאן
הרב חיים גריינימאן
געבורט 2 מערץ 1926
ט"ו טבת תרפ"ו
ווילנע, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 2015 (אלט 88 בערך)
כ"א ניסן תשע"ה
בני ברק, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טעטיקייט ארט בני ברק, ישראל
באלאנג ליטווישע חרדים
באשעפטיגונג לערנען תורה, הלכה, מעדיצין
זיינע רביס רבי אברהם ישעיהו קארעליץ, דער "חזון איש"
חיבורים כלילא דוורדא
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב חיים שאול גריינימאן (א' ניסן תרפ"ו, 16טן מערץ 1926 - כ"א ניסן תשע"ה, 10טן אפריל 2015) איז געווען א ליטווישער רב און פוסק.

ער איז געווען דער פירער פונעם חוג חזון איש, וואס האט פארטגעזעצט דעם דרך פון זיין פעטער רבי אברהם ישעיהו קארעליץ, דער "חזון איש".

לעבנסגעשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי חיים איז געבוירן געווארן אין ווילנע צו זיינע עלטערן, רב שמואל גריינימאן און צִביה, טאכטער פון הרב שמריהו יוסף קארעליץ, שטאסט רב פון קאסעוו (היינט אין בעלארוס), און א שוועסטער פונעם חזון איש - הרב אברהם ישעיהו קארעליץ. אין תרצ"ה (1935) איז ער ארויף מיט זיין משפחה קיין ארץ ישראל און זיי האבן זיך באזעצט אין בני ברק, וואו דער חזון איש האט זיך באזעצט צוויי יאר פריער. ער האט געלערנט אין ישיבת תפארת ציון און דערנאך אין דער לאמזשער ישיבה אין פתח תקוה און אין ישיבת חברון.

אין תש"ז (1947) האט ער געהייראט חנה דבורה (כ"ט כסלו תרפ"ה – ט' אלול תשע"ח), די טאכטער פון הרב ישראל שלום לוריא (ראטמאן), משגיח אין ישיבת תורת חיים און א מורה הוראה אין דער עדה החרדית. זייער מסדר הקידושין איז געווען הרב איסר זלמן מעלצער. נאך דער חתונה האבן זיי געוואוינט אכט יאר אין שכונת כרם אין ירושלים, און ער האט געלערנט אין דער מירער ישיבה. ער האט זיך געהאלטן בקשר מיטן בריסקער רב, רבי יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק.‏[1]

הרב גריינימאן איז געווען פאררעכנט א מומחה אין ענינים פון מעדיצין, און איז געווען שטארק פארבינדן מיט דאקטוירים אין ישראל און חוץ לארץ. ער פלעגט ראטן אומזיסט די וואס האבן געוואנדן צו אים אין די עניינים, צווישן זיי דער מעדיצינישער עסקן אלימלך פירער.

ער איז נפטר געווארן שביעי של פסח תשע"ה אין זיין הויז אין בני ברק. און מען האט אים באגראבן אין דעם שומרי שבת בית עולם אין בני ברק.

ביי זיין לוויה, וואס איז פארגעקומען צוויי טעג שפעטער זונטיק כ"ג ניסן צוליב יום טוב און שבת האבן באטייליגט צענדליגע טויזנטער מענטשן.‏[2] די לוויה איז געפירט געווארן לויט די בקשות פון פון די זיכערהייטס אויטאריטעטן כדי עס זאל נישט נאכאמאל פאסירן אזא אומגליק וואס האט פאסירט א וואך פריער אין בני ברק ביי דער לוויה פום הרב שמואל הלוי וואזנער. איינע פון די לערעס איז געווען נישט אריינלאזן א גרויסן עולם אין שטח פון דער קבורה.‏[3]

משפחה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רב גריינימאן האט געהאט א צווילינג ברודער - הרב פנחס דוד, און נאך צוויי ברידער - הרב שמריהו והרב מאיר גריינימאן. זיין שוועסטער אסתר איז געווען די ווייב פון דער מירער ראש ישיבה הרב בנימין ביינוש פינקל. צווישן זיינע שוואגערס: הרב אברהם יעקב זאלאזניק, ראש ישיבה פון עץ חיים, און הרב חיים אהרן טורטשין, ראש "ישיבה למצוינים".

זיין זון הרב שמואל איז אן איידעם פון הרב מרדכי מאן. נאך א בארימטער זון איז הרב אברהם ישעיהו, פאררעכנט דער נאכפאלגער פון זיין פאטער. זיין ערשטער איידעם, הרב יוסף חיים בן-דוב, איז ראש ישיבה פון "זיכרון מיכאל" אין זכרון יעקב. נאך אן איידעם, הרב ישראל מנחם הירשפעלד, א ראש ישיבה אין "זיכרון מיכאל", איז א זון פון פראפ' שלום הירשפעלד פונעם ווייצמאן אינסטיטוט. זיין יונגסטע טאכטער האט געהייראט א זון פון הרב מרדכי חברוני, איינער פון די חברונער ראשי ישיבות.

זיינע תלמידים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. הרב סולובייצ'יק מינה את הרב גריינימן הצעיר לתוקע במניין שלו בראש השנה, וכן שימש אצלו בעל קורא בקריאת המגילה בפורים.
  2. ישראל כהן, ‏רבבות בהלוויית הגאון רבי חיים גריינמן זצ"ל • תיעוד, ביי כיכר השבת, 12 באפריל 2015 (אויף העברעיש)
  3. ישראל כהן, ‏רק מאות בקבורת רבי חיים גריינמן זצ"ל • צפו בתיעוד, ביי כיכר השבת, 12 באפריל 2015 (אויף העברעיש)