הענרי דער אכטער פון ענגלאנד

פֿון װיקיפּעדיע
הענרי דער אכטער פון ענגלאנד
Henry VIII
געבורט 28 יוני 1491
לאָנדאָן, ענגלישער קעניגרײַך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 28 יאנואר 1547 (אלט 55)
ווייטהאל פאלאץ, לאָנדאָן, ענגלישער קעניגרײַך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ענגלאַנד
קבורה ארט קפלת ג'ורג' הקדוש, וינדזור
באשעפטיגונג מאנארך, קאמפאזיטאר רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טיודאר דינאסטיע
תואר קעניג פון ענגלאנד און אירלאנד
פאטער הענרי דער זיבעטער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מוטער עליזאבעט פון יארק רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אפשטאמלינגען מערי די ערשטע
עליזאבעט די ערשטע
עדווארד דער זעקסטער
חתימה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הענרי דער אכטער (28סטן יוני 149128סטן יאנואר 1547) איז געווען א מלך פון ענגלאנד פון דער טיודאר דינאסטיע צווישן די יארן 1509‏-1547. ער איז געווען איינער פון די מערסט באאיינפלוסער הערשער אין זיינע צייטן. די הויפט רעפארמען וואס ער האט פראמאווירט זענען געווען די אפזונדערונג פונעם פויבסט, דאס גרינדן די אנגליקאנישע קירכע און פאראייניקן ענגלאנד מיט וויילס.

הענרי איז באוואוסט פאר די זעקס ווייבער וואס ער האט געהייראט—צוויי האט ער גע'גט (וואס איז געווען די אורזאך פון זיין באזונדערן פון דער קאטוילישער קירכע, וואס אנערקענט נישט קיין גט), צוויי האט ער געהייסטן הינריכטן, איינע איז געשטארבן, און די לעצטע האט אים אויסגעלעבט. דערפאר האט ער געהייראט אזוי פיל מאל ווייל ער האט שטארק געוואלט א זון וואס זאל ירשענען זיין טראן. ענדלעך האט ער געהאט אן איינציקן זון, עדווארד דער זעקסטער, וואס האט אים טאקע גע'ירשענט. נאך עדווארדס טויט האבן געקעניגט הענרי'ס צוויי טעכטער, מערי פון ענגלאנד (בלוטיקע מערי) און עליזאבעט די ערשטע. עליזאבעט האט געקעניקט לאנגע יארן און איז געווען פון די מערסטע באאיינפלוסע מאנארכן פון ענגלאנד.

יונגע יארן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

הענרי איז געבוירן געווארן אין 1491, דער זון פון הענרי דער זיבעטער פון דער טיודאר דינאסטיע, וואס האט פארכאפט דעם ענגלישן טראן נאך דעם באזווארט קאמף (1485), וואס האט געשלאסן די רויזן מלחמות און ווען ריטשארד דער דריטער איז אראפגעווארפן פונעם טראן. ריטשארד דער דריטער איז געווען דער לעצטער מלך פון דעם הויז פון יארק; אז הענרי דער זיבעטער איז ארויף אויפן טראן האט אנגעהויבן די פראכטפולע תקופה פון דעם הויז פון טיודאר. הענרי'ס מוטער עליזאבעט איז געווען דאס עלטסטע קינד פונעם מלך עדווארד דער פערטער פונעם הויז פון יארק, אזוי איז הענרי געווען א דירעקט אייניקל פון די גרויסע מלכים פון ענגלאנד, פון זיין מוטערס זייט.

וועבלנינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: הענרי דער אכטער פון ענגלאנד