די עגונה

פֿון װיקיפּעדיע

די עגונה איז א ראמאן געשריבן דורך חיים גראדע און ארויסגעגעבן פון יידיש-נאציאנאלן ארבעטער-פארבאנד אין לאס אנדזשעלעס אין יאהר 1961.

ווי דעהר מחבר שראהבט אין זאן הקדמה, האט די יודישע ליטעראטור נישט געגעהבן אן עכטער אָפּשפּיגלונג פון די דיינים און מורי-הוראות, אדער איז עס צי נעגאטיהוו אדער זענען זיי סימבאלישע לעגענדארישע העלדן. אלס איינער וואט האט זאהנע יונגע יאהרן פארבראכט אין בימ"ד און אין די ישיבות, און איז גיט באקאנט מיט די ת"ח און זייער געדאנקען-גאנג, וויל ער אינעם דאזיגן ראמאן אהערשטעלן זייער מענטשלעכן-רעאלן נסיונות אינעם  טאג-טעגלעכן לעבן.

דער שראהבער גייט טאקע אראהן היבש בפרטיות אין זייער פערזענלעכן פריוואטן לעבן.

דער ביך אנטהאלט 49 קאפיטלען אין א ס"ה פון 326 זאהטן.

געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די מעשה שפילט זעך אפ אין ווילנע, יארן נאך דער ערשטע וועלט מלחמה, ווען א יוד וואס וויל חתונה האבן מיט מערל די נייטארין גייט זיכן א היתר. היות ס'זענען נישט געווען קיין עדות וואס האבן געזען איר מאן שטארבן, וויל דער רב וואס איז געשטעלט אויף עגונות און חליצות, נישט מתיר זיין.

האט ער זיך געוואנדן צו אן אנדערן רב, וועלכער האט נישט געלעבט גוט מיט די וועד הרבנים, און יענער האט מתיר געווען. ווען יענער האט דאס דערהערט האט ער באפוילן מאכן א שווייג כדי נישט צי מאכן א חילול השם. די מעשה איז אבער ארויסגערינען אין א געשלעג שמחת תורה, און דעם רב המתיר'ס שונאים זענען ארומגעגאנגען העצן. אזוי איז אויך די עגונה'ס א געליעבטע, א גאסן יונג וואס איז איהר נאכגעלאפן צוואנציג יאר אהן ערפאלג, ארומגעגאנגען אנדרייען א קאשע, נישט קענענדיג אראפשלינגען אז זי האט חתונה געהאט צו א פרומען יוד וואס זיכט א היתר.

די רבנים האבן ארויסגעגעבן א מעלדונג זיך אפצושאקלען פונעם היתר און אפגעשטעלט די שכירות פונעם רב המתיר.

העלדן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • מערל די נייטארין, די עגונה
  • קלמן מייטעס, חזן און שטוב-מאַלער - האט חתונה מיט מערל
  • מוישקע\מאריץ צירולניק
  • ר' לוי הורוויץ, רב פון שלמה קיסינ'ס הויף ממונה אויף עגונות, א קנאי. וואַהב און איינציגע טאכטער זענען אין משוגעים הויז
  • ר' דוד זעלווער, פּאָלאָצקער דיין אין זאַרעטשער בימ"ד, א בעל רחמים. וואהב און קינד זענען קראנק
  • ר' אשר אנשל, ר' לוי'ס שוואהגער, ממונה אויף גיטין
  • ר' שמואל מוניע פון גלעזער גאס, א רב וואס פיהרט פאליטיק
  • ר' כתריאל כהנא, סוחרישער רב
  • מוהל לפידות, שונא פון ר' דוד וואַל ער האט עהם געאסרט מל צי זאן
  • ר' יאשע, דער אייבער-שמש פון ווילנער שיהל
  • זלמנקע דער אינטער שמש
  • אייזיקל באַראַש, א כויליגאן
  • פישל בלום, ר' אשר אנשל'ס איידעם