דוד זילבערשלאג

פֿון װיקיפּעדיע
דוד זילבערשלאג
געבורט 15 פעברואר 1958 (אלט 66)
פתח תקוה, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך סוחר, אקטיוויסט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
www.zilbershlag.co.il
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
דודי זילבערשלאג
דודי'ס חסידישער חן, שארפער אריטארישער קראפט, און הארציגער שמייכל צו יעדן ענין, האט אים געמאכט אלס נומער 1 ווארטזאגער פאר חרדים

ר' דוד (דודי) זילבערשלאג (געב' תשי"ח) איז א סערעט וויזשניצער חסיד וואס האט אנגעפירט אמאל א רייע מוסדות ווי "מאיר פנים" און "כח לתת" און איז גרינדער פון די צוויי ארגאניזאציעס, און ער איז אויך געווען אמאל בעל הבית פון דער חרדישער וואכן צייטונג בקהילה. אויך האט ער געהאט א טעגליכער רובריק אין הארץ ווי ער פארקויפט אמונות ודעות און פארטיידיגט חרדישע אינטערעסן פאר די פרייע ליינער.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז געבוירן געווארן אין פתח תקוה צו זיינע עלטערן שלמה זלמן זילבערשלאג און אסתר (באב"ד).

אין די 1980ער יארן האט ער געוואוינט אין בני ברק.

ר' דוד איז א מחותן מיט ר' יהודה משי זהב פון זק"א.


פאר ראש השנה תשע"א, טענה'ט מען אז ער זיך געטראפן צוזאמען מיט א מיידל און איין צימער. א פאסירונג וואס האט אויסגערופן א שטורעם ביי די חרדישע, ווי אויך אין דער פרייער פרעסע.

דאס איז געשען ווארשיינליך, ווען זיינע אלטע שותפים אין זיינע ארגאניזאציעס, האבן זיך ארומגעקריגט מיט אים, און האבן אים פרובירט שאנטאזשירן, דורך דינגען פריוואטע פארשער און זיי האבן אים אונטערגעשיקט דאס מיידל.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]