באמבי

פֿון װיקיפּעדיע
באַמבי
Bambi
באזירט אויף "באַמבי, לעבן אינעם וואַלד" פֿון פֿעליקס זאַלטן
רעזשיסאר דייוויד הענד
דזשיימס אַלגאַר
סאַמועל אַרמסטראנג
גרעהעם הייד
ביל ראבערטס
פּאל סאַטערפֿילד
נארמאַן רייט
פראדוצירער וואלט דיזני
שטימע אקטיארן באָבי סטיואַרט
דאָני דאַנאַגן
האַרדי אָלברייט
דזשאָן סאַטערלענד
פּאלאַ ווינסלאָ
פּיטער בען
טים דייוויס
סעם עדוואַרדס
וויל רייט
קעמי קינג
אַן דזשיליס
פֿרעד שילדס
סטען אַלעקסאַנדער
סטערלינג האָלאָוויי
מוזיק פֿרענק טשערטשיל
עדוואַרד ה. פּלאַמב
אליווער וואלאַס
סטודיא וואלט דיזני אַנימאַציע סטודיאס
פארשפרייטער RKO ראַדיא פֿילמען
פארשפרייט 9טן אויגוסט 1942 (וועלט פּרעמיערע - לאנדאן)
13טן אויגוסט 1942 (פּרעמיערע - ניו יארק סיטי)
21סטן אויגוסט 1942 (פאראייניקטע שטאטן)
לענג 70 מינוטן
לאנד פאראייניקטע שטאטן
שפראך ענגליש
בודזשעט $878,000
הכנסות $267,447,150

באַמבי אדער בעמבי (ענגליש: Bambi) איז אן אמעריקאנישער אנימירטער דראמא פילם פֿון 1942. דייוויד הענד איז געווען דער הויפט רעזשיסאר. דער פילם איז געמאכט געווארן דורך וואלט דיזני. ער איז באזירט אויף דאס בוך "באַמבי, לעבן אינעם וואַלד" פֿון פֿעליקס זאַלטן. דער פילם איז באפרייט געווארן אין קינאס דורך RKO ראדיא פילמען דעם 13טן אויגוסט 1942. ער איז דער פינפטער פולער לענג וואלט דיזני אנימירטער פילם. די געשיכטע איז וועגן א יונגן הערש מיטן נאמען באַמבי. ער לערנט צו דערוואקסן אינעם ווילד נאך זיין מוטער ווערט דערשאסן דורך א יעגער. די הויפט כאראקטערן זענען באַמבי דער ווייסוויידל הערש, זיינע עלטערן (זיין מוטער און דער גרויסער פרינץ פֿונעם וואַלד), און זיינע פריינט טאַמפּער (א קיניגל), בלום (א טכויר) און זיין חברטע פֿאַלין, וואס שפעטער ווערט זיין ווייב.

געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

א יונגן הערש מיטן נאמען באַמבי איז געבוירן אינעם וואלד. אין די ערשטע טעג פון זיין לעבן פארשט ער דעם וואלד ארום אים. ער באפריינדט א קיניגל מיטן נאמען טאַמפּער, און לערנט נייע ווערטער יעדן טאג. ער זעט זיין פֿאָטער, דער גרויסער פרינץ פונעם וואלד, צום ערשטן מאל. דער פילם הייבט אָן פון באַמבי'ס קינדהייט און באווייזט א שפאציר אינעם וואלד, א טאג אין די לאָנקע און זיין ערשטע טרעפונג מיט שניי.

דער מערסט באקאנטער טייל אינעם פילם איז דער טויט פון באַמבי'ס מוטער. די ביידע שטרענגען זיך פּרובירן געפינען שפייז. איין טאג עסן זיי א טייל גראָז וואס באַמבי'ס מוטער געפינט. שרעקלעכע מוזיק (די טעמע פון "מענטש") ווערט געשפילט. באַמבי'ס מוטער פֿילט סכנה און ווארענט באַמבי צו לויפן אוועק. נאך וואס זיי לויפן איבער אן אייזיקער פעלד גרייכט באַמבי דעם ברעג, נאר א שאָס ווערט געהערט. באַמבי גייט צוריק נאר געפינט אז זיין מוטער איז נישט מער דא. ער וואַנדערט ארום און שרייט פאר זי און טרעפט מיט זיין פֿאָטער, דער גרויסער פרינץ, וואס זאגט אים אז זי קען נישט מער בלייבן מיט אים. באַמבי פאלגט נאך זיין פֿאָטער אריין אינעם וואלד און קוקט הינטער אים איין לעצטע מאל. דער קומענדיקער פרילינג ווערן באַמבי און זיינע פריינט דערוואַקסלינגען. זיי טרעפן מיט א קלוגער אלטער סאָווע וואס מסביר זיין צו זיי די סכנות פון פארליבטקייט. זיי שווערן זיך אז זיי זאלן נישט, נאר זיי פארליבן זיך מיטן ערשטן בליק. באַמבי פארליבט זיך מיט זיין קינדהייט פריינדין פֿאַלין, און ער טאנצט מיט גליק ביז אן אנדערער הערש ברעכט אריין אין זיין וועג. ער פּרובירט צורעדן פֿאַלין צו גיין מיט אים, נאר באַמבי קעגנשטעלט זיך און הייבט אָן קעמפֿן מיט יענער הערש. באַמבי באַזיגט אים און גייט מיט פֿאַלין. דעם מענטש (וואס האט געהרגעט באַמבי'ס מוטער) קומט צוריק און מאכט מער ווייטיקן פאר די חיות. באַמבי ראטעוועט פֿאַלין פון א גרופע צאָרנדיקע הינט.

א וואלד פייער ברעכט ארויס און צעשטערט כמעט אלץ. באַמבי קען נישט זיך אויפֿוועקן, נאר זיין פֿאָטער העלפט אים. די ביידע גרייכן אן אינזל וואו די אנדערע חיות האבן זיך געזאמלט. דער נעכסטער פרילינג קומען זיי אלע צו זען די נייע הירשעלעך פון באַמבי און פֿאַלין, און דער קלוגער סאָווע זאגט אז באַמבי זאל שטאלצירן מיט זיך. דער גרויסער פרינץ רעזיגנירט אלס קעניג און באַמבי בלייבט שטייענדיק מיט שטאלץ.

שטימע אקטיארן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • באַמבי:
  • טאַמפּער דאָס קיניגל:
  • פּיטער בען אַלס יונגן טאַמפּער
  • טים דייוויס אַלס דערוואַקסלינג טאַמפּער
  • סעם עדוואַרדס אַלס דערוואַקסענער טאַמפּער
  • סטען אַלעקסאַנדער אַלס יונגן בלום
  • טים דייוויס אַלס דערוואַקסלינג בלום
  • סטערלינג האָלאָוויי אַלס דערוואַקסענער בלום
  • וויל רייט אַלס דער סאָווע
  • פֿאַלין:
  • קעמי קינג אַלס יונגן פֿאַלין
  • אַן דזשיליס אַלס דערוואַקסענע פֿאַלין
  • פֿרעד שילדס אַלס דער גרויסער פּרינץ פֿונעם וואַלד
  • מאַרגאַרעט לי אַלס מר"ס קיניגל
  • מערי לאַנסינג אַלס טאַנטע ענאַ און מר"ס פּאָסום
  • פּערס פּירס אַלס מ"ר קראָט
  • טעלמאַ באָרדמאַן אַלס האָזל, מוטער וואַכטל און נקבה פֿאַזאַן

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: באמבי