אלכסנדר סענדער אייכנשטיין

פֿון װיקיפּעדיע
אלכסנדר סענדער אייכנשטיין
געבורט 1769 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 23 אויגוסט 1818 (אלט 49 בערך)
קאמארנא, אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט איהעל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
דער ארטיקל דיסקוטירט דעם קאמארנער רב, דער פאטער פון רבי אייזיקל קאמארנא. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט אלכסנדר סענדער אייכנשטיין (באדייטן).

רבי אלכסנדר סענדער אייכנשטיין זצ"ל (ה'תק"ל - כ"א מנחם אב ה'תקע"ח) איז געווען רב אין קאמארנא.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי סענדער איז געבוירן אין סאפרין אין יאר ה'תק"ל, דער דריטער זון צו זיין פאטער, הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין, פון סאפרין, און צו זיין מוטער מרת הינדא א טאכטער פון הרב צבי.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי סענדער איז געווען א גרוידער למדן, אלס קינד פון זיבען יאר האט ער געדענקט אלע דריי בבות מיט אלע נושאי כלים. ער איז געוען פון די אנגעזעענע תלמודים פון חוזה פון לובלין.

רבי סענדער איז געווען רב אין זידיטשוב און אין זורובנא, אין יאר ה'תקע"ב איז ער געווארן רב אין קאמארנא

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי סענדער איז נפטר געווארן זייענדיג אין איהעל, כ"א מנחם אב ה'תקע"ח, און דער ישמח משה האט אים מספיד געווען

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי סענדער האט געהייראט מרת חנה ( - ה'תקצ"ה) א טאכטער פון מרת מאטיל א טאכטער פון הרב יעקב קאפל ליקאווער. זייערע קינדער:

  • די ווייב פון הרב ברוך עפשטיין
  • די ווייב פון הרב אשר סאפרין

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר