אורי זוהר

פֿון װיקיפּעדיע
אורי זוהר
געבורט 4 נאוועמבער 1935
תל אביב-יפו, בריטישער מאנדאט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 2 יוני 2022 (אלט 86)
ירושלים, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט העברעאישער אוניווערסיטעט אין ירושלים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
www.shemayisrael.com/uri/
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי אורי זוהר (ח' מרחשון תרצ"ו – ג סיון ה'תשפ"ב) איז געווען א באקאנטער בעל תשובה אין ישראל, וואס איז אין זיין פרייען לעבן געווען שטארק פאפולער אויף טעלעוויזיע און פילמען אלס קאמיקער.

משפחה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין אנהייב פון די 60ער יארן איז אורי זוהר געווען פארהייראט צו דער זינגערין אילנה רובינא צוויי יאר. שפעטער האט ער חתונה געהאט מיט דער אקטריסע אליה שוסטער. זיי וואוינען אין ירושלים, און האבן זיבן קינדער. די צוויי עלטסטע זין, אפרים און שלום, וואס האבן געהייראט שירי און יאסמין, טעכטער פון אריק איינשטיין, וואס אויך זענען געווארן בעלי תשובות מיט זייער מוטער. די חתונה פון אפרים פישל מיט שירי איז געווארן באריכטעט אין 1985 אין רנן שור׳ס קורצן פילם, "חתונה בירושלים". נאך א זון, בצלאל, פירט די מגדל אור מוסדות פון הרב יצחק דוד גראסמאן. דער יונגסטער זון, דוד, איז דער פארלאמענטארער העלפער פונעם חרדישן כנסת דעפוטאט אורי מאקלעוו. זיי האבן איין טאכטער, אחינועם.

ער איז געווען פון די הויפט עסקנים פאר דער לב לאחים קירוב ארגאניזאציע.

ער איז נפטר געווארן ג' בסיון ה'תשפ"ב, אין עלטער פון 86 יאר, אין זיין שטוב אין ירושלים, נאכדעם וואס ער האט געכאפט א הארץ אטאקע.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בעלי תשובה און קירוב רחוקים ארגאניזאציעס און פערזענלעכקייטן                       

מוסדות: AJOP | ערכים | אש התורה | אור שמח | הנני | חב"ד | לב לאחים | עורה | שופר | זשואיש ווארלד רעוויאו | זשוס פאר זשודאיזם | אור יקר | הלל

אקטיווע פערזענלעכקייטן: אורי זוהר | אמנון יצחק | אסתר יונגרייז | זאב וואלפסאן | יצחק דוד גראסמאן | משה גרילאק | הערמאן וואק | דניאל לאפין | עזריאל טויבער | מרדכי נויגראשל | שלמה רענן | שעלדאן איידלסאן