אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אביגדור מילער"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 171: שורה 171:
זומער פלעגט ער אייביג יעדן שבת רופן די אייניקלעך און שפילן מיט זיי א געים לשריש את אהבתו לבוראו אין זייערע אינגע הערצער, אז מען האט געפליקט [[מעלאונע]] קערנדליך...
זומער פלעגט ער אייביג יעדן שבת רופן די אייניקלעך און שפילן מיט זיי א געים לשריש את אהבתו לבוראו אין זייערע אינגע הערצער, אז מען האט געפליקט [[מעלאונע]] קערנדליך...


== [[התמדה]] ==
פארגעלערנט זעקס און דרייסיג שיעורים א וואך. נישט קיינמאל געגאנגען אין ערגעץ נישט זיך נישט צו שטערן פון זיינע שיעורים, אפילו צו די אייגענע אייניקלעך'ס חתונה, פלעגט ער קומן, אפטאנצען מיט די מאנטל אין די הענט, און זיך אוועק גיין צוריק צו זיין גמרא.


ר' [[מרדכי גיפטער]] האט געזאגט אז די ''אפגעריבענע צוריסענע ערבלעך פון זיין חאלאט וואס האט זיך שוין צולעכערט פון אזויפיל רייבן אויפן שטענדער נאכאנאנד האט אים געמאכט אויך גיין לערנען תורה'' ד.ה. די אזא תשוקהדיגער התמדה וואס ער האט געזעהן ביי ר' אביגדור האט אים באיינפלוסט אז אפשר איז יא עפעס גוטס אין די תורה. און ער איז דערנאך אויפגעוואקסן ר' מרדכי גיפטער דער מנהיג ישראל פון טעלז.

די בחורים אין חיים בערלין פארציילן אז ער האט נישט זיך געפירט ווי קיין געהעריגער משגיח נאר ער פלעגט זיך אראפזעצן ביים טיר און זיך לערנען און זיך נישט קימערן מיט גארנישט נאר טאמער מען איז געקומען שפעט האט ער געהייסן געבן געלט. זיי האבן קיינמאל פון אים געהערט עפעס השקפה אדער רעדן מיט די בחורים פריוואט, ער האט בלויז געלערנט פאר זיך בלאט נאך בלאט אגאנצען טאג און אויפגעפאסט מען זאל נישט קומען שפעט.


== [[באשיידען]] ==
== [[באשיידען]] ==

רעוויזיע ביי 03:57, 17 אַפּריל 2007

טעקע:Avigdor rmiller.jpg
הרה"ג ר' אביגדור הכהן מילער זצוק"ל
טעקע:Avigdor rmiller2.jpg
אויף די עלטערע יארן

ר' אביגדור מילער זצ"ל, (1908-2001) איז געווען פון די לעצטע בעלי מוסר בדורינו און א מגיד נפלא.

געוועזן א רב אין טשעלסי און אין בראנסוויל און אין פלעטבוש און איז אויך געווען פארטאן אין חינוך דורך זיין א טיטשער אין בית יעקב און א משגיח אין ישיבת חיים בערלין.

געפירט א קהילה פון בעלי תשובה. און איז באקאנט געווען מיט זיינע דרשות פון מוסר וואס די טעיפס און ספרים ווערן געהערט און געלערנט ביי טויזענטער. אפילו ער איז געווען א מוסר'ניק און קאלטע ליטוואק האבן זיך ביי זיינע מוסר רייד געווייקט מייסטענס חסידישע אידן.

זיין שארפע פעדער און אריטארישן קראפט האט ער גענוצט צו שטארקן די אמונה און ליבשאפט צו גאט און צו די מסורה ביי די מאסן.

פילע ספרים געשריבן פינעף על התורה דריי אויף אידישע היסטאריע און דריי אויף השקפה, איין'ס אויף תפילה, איינס אויף שלום בית, און איינס אויף נפלאות הבורא, עס קומן נאך היינט ארויס כסדר נייע ספרים וואס תלמידים דרוקן אפ זייערע רשימות פון ווען ער האט געלעבט. און בארבייטן זיינע ווערק אין אנדערע שפראכן. - זיינע ספרים זענען שוין לעת עתה געדרוקט אויף לשון קודש - עברית - אידיש - פראנצויזיש - פארטוגעיזיש, און ספאניש.

זיין שול איז סוף ימיו געווען אין אוישען פארקעוועי. קעגן איבער מיר ישיבה

די אלגעמיינע חרדישע גאס האט אויף אים געקוקט אלס מאדנער בעל השקפה וואס איז געווען צו עקסטרעם קעגן גואישע פירצות און אויך זיין נאכאנאנדיגע זיך קאכן אין נפלאות הבורא און אויך צוליב דעם וואס ער איז אנטלאפן פון כבוד כמתכוי קשת. וואס איז געווען א געוואלדיגער רעטאריקער און פארמאגט א קונסט צו מאכן אינטערסאנט זיין שפראך.

אבער ווען ער איז פארשטארבן האבן אלע קרייזן אים אנערקענט אלס ריז אין השקפה און מוסר וואס זיינס גלייכן איז נישט געווען דורות.


איגענט

ווייניג פאקטן איבער אים פון זיין איגענט זענען באמת באקאנט סיי צוליב דעם וואס זיין סביבה איז אדער לא עלינו געווארן אפגעפארן אין רוסלאנד פון קאמוניזם אדער פון היטלער אדער פון אמעריקע.

ער איז פון אייביג אן געווען א דורכגעטראכטער פאזיטיווער שטילער כאראקטער. ער האט שפעטער פארציילט ביי זיינע שיעירום אז די פאזיטיווקייט טייל איז אין גרויסן חלק צושטאנד געקעומען דורך די השפעה פון א פערטער קלאס פרויען טיטששער אין באלטימאר ווען ער איז בלויז אלט געווען 9 יאר, פלעגט זי אים מקבל פנים זיין יעדן טאג אין קלאס מיט אלע קינדערליך ווי גוט די טאג איז האט ער זיך אויסגעפארעמט א פאזיטיווער דרך אין זיין עבודת ה' וואס האט לויט אים געטריבן די רעשטע פון די עטליכע ניינציג יאר רייכער לעבן.


פרייליכקייט

די זאך איז געווען דער גאנצער יסוד און נאכאנאנדיגער באשעפטיגונג פון זיין לעבן. ער האט געהלאטן אז א נרגן איינער וואס איז נישט פארטאן אין גוטס איז דער גרעסטער מושחת און בעל עבירה.

אזוי איז ער געווען פון נאטור אויס זייער אן אויסגערעכענטער קאלט בלוטיגער טרוקענער מענשט און נישט געווארן עקסייטעט פאר צופיל. בטבעו איז ער נישט געווען א מענטש וואס האט זיך געלאזט ווערן אויפגעהייטערט און בשמחה פון זאכן און מענטשן ארום זיך, מכוח שלעכטע מידות וואס ער האט געזאגט אז ער מיינט נישט חלילה קיין שלעכט און ער איז געבוירן א קאלטער. ער האט דאס אנערקענט פיל מאל און געזאגט אז ער ארבייט דערויף און האט טאקע מעורר געווען אנדערע שטענדיג צו טאן פאר אנדערע לפנים משורת הדין.

זיין גרונט צו אידישקייט איז געווען שמחת החיים, איינצוזעהן אז דאס לעבן איז באשאפען גווארן מיטן איין איינציגן ציל להטיב עם בריותיו, ווי עס שטייט "עולם חסד יבנה", ער האט דאס טאקע אפגעשפיגעלט אין פערזענליכען לעבן, ווען ער פלעגט שרייען און וויינען פאר שמחה ביי די נייציג יאר ווי א קליין בעיבי פרייענדיג זיך איבער די בריאה, עס איז געווען א מחזה הוד, ווען ער פלעגט אויפהייבן דעם עפל ביי זיינע שיעורים און זיך קאכן בפרטי פרטים ווי גוט טיעף און געשמאק דאס איז צו זעהן שמעקן און עסן. זיין בארד איז קיינמאל ווייס געווארן. און ביזן לעצטן טאג האט ער אויסגערעכנט אלע נסים פון זיין לעבן. אנגעהויבן פון די ניין יאר ווען ער איז אראפגעפלאן אויף א שטעקן און דאס האט פארפעלט מיט א סענטימיטער אים בלינד צו מאכן דעם אויג. אדער ווען ער פלעגט גיין שפאצירן יעדן טאג און זיך אפשטעלן פאר מיר ישיבה ווייזן און מסביר זיין פאר די בחורים ווי אינטערסאנט דער דענדערליין ארבייט. איבער און איבער, פלעגט ער הייסט פאר יעדן בחור, נאכן פרעגן צו ער האט פארשטאנען ער זאל דאס איבעזאגן פאר זיין חבר... ער האט טאקע געווען די לעצטע מינוטן פון זיין גסיסה מיט א שמייכל זאגענדיג אז ער האט געהאט א מוראדיגע געשמאקע לעבן וואס קיינער האט נאך נישט געהאט לויט אים און דעריבער קען ער נישט זיין טרויעריג אפילו ער ווייסט אז אלע ענדיגט זיך.

ספעציעל איז זיין עבודה פורים און ביי חתונות געווען א שם דבר ער פלעגט זיך אנטאן קלאוני העטס און אלע מינע פאני קליידער צו מאכן לאכן דעם עולם און טאנצן שעות אויף שעות צוריקציוועגס און קלאפן מיט די הענט אויף די טישן מיטן גאנצען כוח עס איז כמעט געווען א נס ווייל געווענליך א 90 יאריגער איד האט נישט די כוחות, אויך האט ער געהייסן זינגן לאנג די זעלבע ניגונים נישט לויפן שנעל פון איינס צום צווייטן נאר זיך פארטיפן און לאזן די זעלבן הרגש ווערן מער און מער.

זיין באליבטסטער ניגון איז געווען אנא אנא אנא עבדא דקודשא בריך הוא וואס אויף דעם האט ער געטאנצן די לענגסטער.

התעוררות

אויך איז ער געווען א מוראדיגע ביישן, און האט ביי די פופצען יאר געזאגט א דרשה פאר איבער טויזענט אידן כדי זיך צו ברעכן די מידת הבושה.

ער האט געהאלטן אז עס איז דא א געוויסער פונקט וואס אלע חשבונות דארפן ווערן אויס צוליב די הרגש וואס ברויך איבערפאוערן די שכל.

אבער ווען עס איז געקומען צו זיינע אויסגערעכענט פרינציפן אז דא איז עפעס לגבי גאט האט ער געטאן קרימינאלע אקטן ווי דער נידעריגסטער פארברעכר און געעקט ווי א קליין קינד.

ער פעלגט טאקע נישט גיין צו קיין חתונות אדער טאמער איז ער געגאנגען ווי למשל בלויז צו אייניקלעך, האט ער זיך טאקע בלויז אויפגעהאלטן דארטן פאר פופצען מינוט און אפגעטאנצען מיט זיין מאנטל אין האנט מיט אזא הופקע אז אינגע בחורים קענען נישט אזוי טאנצן ווי א קלאון זיך נאריש געמאכט און געמאכט לאכן דעם עולם מקיים צו זיין די שמחה.

זיין פארפלאמקייט פאר שמחה האט אים אסאך צרות און שפאט פארשאפן און פארמיאוסט ביי די מאסן, יעדן טאג פלעגען מענשטן שטיין און לאכן פון אים אויף זיין מאדנער התנהגות'ער. ווי למשל צו זיך אפשטעלן אויפן גאס ביי א פרוכט געשעפט און לאכן צו זיך אלייןס... אדער זיך רייצן מיטן פאלאסטינער ניוסטענד סוחר אין זיין געגענט נישט צו קויפן דעם צייטונג אבער טעגליך זיך קומען מיט אים רייצן, צו זעהן די פראנט בלעטער, און זיך אונטערשמייכעלען אין פארענט פון ינעם, אז עס איז גוט אז די פאליסטינער קרבנות ווערן געהארגעט, ווייל זיי טשעפענן די אידישע פאלק און אים מסביר געווען דוד המלך'ס באפעל אז עס איז א מצווה צו מקיים זיין דעם ושולימת רשעים תראה אויף אזוי ווייט אז עס מוז זיין פעמיו ירחץ בדם הרשע...

איין אזא אנעקדאוט איז געווען באשריבן אין די צייטונגען בשעתם און האט אנגעמאכט לויט טייל א חילול ה' ווען ער איז געווארן ארעסטירט פארן אנרייסן א ראביי ביי א אוי.יו. קאנווענשאן אין פארענט פון טויזענטע פרייע און מאדערענע איד ווייל די רב האט גערעדט קעגן ר' אהרן קאטלערס כוונה צו אריבערפלאנצן די ישיבה קאלטור פון אייראפע קיין אמעריקע. ער האט זיך אויסגעריסן פון הונדערטע אידן וואס האבן געוואלט אפהאלטן אויפן וועג ארויף צום פאדיאום וואס ער האט נישט געוואלט זיך זעצן אין אנפאנג צוליב תערובות כאטשיג ער איז געווען א יונג איזריאל רב.

די אייניקליך האבן זיך שטארק געשעמט מיט דעם אבער ער האט זיי פרובירט צו בארואיגן און געזאגט אז ער האט געהאט א צוואה און שליחות פון ר' אהרן קאטלער דאס צו טאן איידער ר' אהרן איז געשטארבן אין שפיטאל אז ער זאל זיך אנעמען פאר די כבוד פון זיין פראיעקט און דאס באקעמפן מיט אלע מעגליכקייטן.

לויט ווי די משפחה פארציילט האבן די פאר פרומע רבנים וואס זענען געזעצן אין בעק פון זאל מיט אים, געווען אין א גרויסן פארלעגענהייט ווייל ער האט זיי אויפגעפאדערט צו מיטגיין מיט אין אנרייסן די ביינער פון דעם ראביי אויבן אן אבער זיי האבן געציטערט פארן לעבן פון דעם המון וואס וועט זיי דערווערגן, זיי זאגן אז ער האט זיי געזאגט איבערלאזן די היט און ברילן און גיין אן די קליידונג און ער האלט זיך פאר א גיבור וואס וועט נישט לאזן הארגענען קיינעם. אבער זיי האבן פארט מורא געהאט ער האט זיך שיינערהייט און רואיגערהייט צאמגעלייגט די ברילן און זיך אנגעגארטעלט און ארויפשפארצירט אן לויפן צו טאן זיין אקט.


די אייניקלעך האבן דערנאך פארציילט אז זיי האבן שוין געוויסט אז עפעס גייט דא זיין צרות מיטן זיידן בעפאר ער איז געגאנגען ווייל זיין מנהג איז געווען צו גיין אויף קיין שום קאנוועשאן און קיין שום צוזאמקנופט פון אידן כדי נישט צו נעמען כבוד.

גבורה

ער איז געווען א פעלזן פעסטער מענטש זיך נישט גערורט פאר קיינעם אין די שטורמישסטע צייטן. געפירט קאמפן און אלעס מיט א רואיגקייט כאטשיג ביי אלע זיינע אישוס איז ער געווען איינער אלייןס. און די חרדישע וועלט האט אים נישט אקעצעפטירט און גאר געלאכט פון אים.

  1. ער איז געווען דער איינציגטער רב וואס האט געהויבן פויסטען אין פנים אריין אויב איינער האט גערעדט קעגן ה' ותורתו.
  2. ער איז געווען עטליכע מאל אין קאמף מיט די קהילה זיינער איינמאל האבן זיי אפילו ארגענעזירט א מעכטיגער פראטעסט אין טשעלסי ווען ער האט דארטן געפענט א ישיבה, וואס נאציאנאלע צייטונגען האבן דאס געדעקט אלס סענזאציע אז א קהילה האלט א פראטעסט קעגן זייער אייגן רב.

ער האט אויך אמאל זיך אפגעשטעלט אינמיטן זייןס א דרשה און געהייסן דעם ראש הקהל פון קהילה זיך אויפשטלען און ארויסגיין ווייל יענער האט געשמייכלט ווען ער האט גערעדט פונעם איסור פון טראגן קעריזשעס אין שבת אויף די גאס מחמת איסור הוצאה.

  1. גערעדט טאג איין טאג אויס פון די געיס און לעסביעןס און אבארשען מגיפה. כאטשיג קיין איין רב בישראל אין זיינער צייט האט דאס נישט געטאן, צוליב זייער פחד אז אומ-חתונה געהאטע וועלן זיך פארטאן צוליב דעם מוסר אין דעם ענין.
  2. מען האט אים אויפגעזאגט זיין אמט אלס משגיח אין חיים בערלין ווייל ער האט נישט געוואלט לאזן לערנען דארטן לימודי חול. טייל זאגן אז ער האט זיך אפגעזאגט אין פראטעסט און זיי האבן אים יא געוואלט האבן ווייטער.
  3. זיך משוגע געמאכט מיט פרוכט און וואסער נאכאנאנד כאטשיג פון דעם חובת הלבבות ביזן היינטיגן טאג איז דאס נישט דער סדר פון קיין איין רב אז דאס זאל זיין א יסוד אין אידישקייט.
  4. נישט גענטפערט קיינעם נאר געזאגט שטענדיג געב מיר צייט זיך איבערטראכטן.
  5. נישט געלאזט קיין שנארערס גיין אין זיין שול אינמיטן דאווענען. כאטשיג דאס איז קעגן דער מנהג פון יעדן שול אין די וועלט, כדי נישט צו שטערן דאווענען. ער האט געהאט א סדר אזא זמן ווען יא צו קומען.
  6. שטארק פארשעמט אויב איינער האט געהיסט אין זיין שול אן ארויפלייגן די הענט אויפן מויל.
    1. געטאן אנדערשט ווי די שולחן ערוך
    2. ביי נטילת ידים אבער האט געזאגט אז ער האט א טעם כמוס. (ער האט טאקע געגעסן מיט א הענטשוך נעפקיןצוליב דעם.) אבער ער האט זיך געזייפט אנשטאט א טעפל.
    3. שמונה עשרה האט ער אויסגעלאזט אסאך שטיקער. עס איז אין מחלוקת וועלכע, ווייל די סדר איז געווען אז ער האט דאך נישט גערעדט פון גארנישט אבער וויבאלד ער פלעגט דאווענן גאר לאנג, ד.ה. ער האט אנגעהויבן שמונה עשרה ווען דער מנין האט געהאלטן ביי הודו, און גענדיגט ווען זיי האבן גענדיגט דאוואנען, און ער פלעגט זאגן יעדעס ווארט ווי א קינד רעדט צו זיין מאמען מיט געפיל, שיין גראד ווי א האלץ און ארויסזאגן יעדעס שטיקל מיט א אמת'קייט וואס אפילו ער האט דאס געטשעפטשעט גאר שטיל זענען געווען פארזאמלט ארום אים חסידים זיך אונטערהערן.
  7. נישט געוואלט ארויסגיין קעגן סאטמאר רבי דעם ברך משה כאטשיג ער האט אראפגענומען די מזוזות פון קרית יואל סקול דיסטריקט, ער האט גאר אפגעשריבן גאר א לאנגער בריוו אים צו שטיצן און אים ערקלערן אלס מנהיג הדור קעגן די מיינונג פון רוב חסידישע רבנים.
    1. ער האט אפילו אויסגעצאלט די קאר סערוויס פאר ר' יצחק לייב וויינגארטען אהיים קיין וויליאמסבורג און נאך עסקנים מיט אים וואס ער האט געהייסן קומן זיך דורכרעדן וועגן דעם ענין און דורכטאן, ווען ער האט זיי געגעבן דעם ענוועלאופ האבן זיי געמיינט אז דא ליגט באהאלטן אן איסור אויפן סקול דיסטריקט, ער האט זיי אבער באפוילן שטרענג זיי זאלן נישט עפענען דעם בריוו ביז זיי זענען אין וויליאמסבורג, אין קאר האבן זיי שוין געפענט דאס און געזעצן די 30 דאלער האבן זיי פארשטאנען זיין פקחות, אז ער האט זיך נישט געוואלט טענה'ען מיט זיי.
  8. זיין טאטע און מאמע זענען נישט געווען קיין רבנים, נאר פשוטע ארבייטארער, און ער האט געלערנט אין פובליק סקול און זיינע אלע איגענט חברים און ברודער און שוועסטער האבן פארלאזט אידישקייט און ער האט זיך אלייןס מלחמה געהאלטן מיט זיין סביבה אויסציוואקסן אן היסטארישער גדול בישראל.

קנאות

ער פלעגט הייסן גיין מוחה זיין קעגן די דעמאקראטישע פאליטיקער וואס האבן געשטיצט תועבה, געיז און אבוארטען. אויף די בימה אין זיין שול פלעגט אייביג זיין אנגעפילט מיט פעטישענס פאר כל מיני מוחאות אפצושיקן וועכענטליך צו די געזעץ געבער קיין וואשינגטאן אדער אלבאני אדער סיטיהאל. זיין עקסטרעימקייט האט אים באליבט אויף די סאטמאר'ע מאסן און ביי סתם אידישע קנאים. זיינע ספרים און טעיפס זענען פיל מיט לאזונגען און שארפע ווערטער וואס ווערן פארנוצט ביי די אויבענדערמאנטע לטובת זייערע מערכות אין אידישקייט.

ער איז אמאל געווען דער איינציגסטער איד ביי א צוזמאנקנופט פון גלחים קעגן די טעלעוויזשען פראבעלם, ער פלעגט דאס שטענדיג דערמאנן וואסארא חילול ה' דאס איז געווען אז קיין איין איד האט זיך נישט דארטן באטייליגט אחוץ אים. ער האט כסדר גערעדט פון יענעם מעמד און דאס באצייכענט אלס א קידוש ה' אז מען האט פארברענדט דארטן טעלעוויזשעןס.

אמעריקע

זייענדיג דא פאר די מלחמה האט ער געזעהן ערשט האטיג און זעלבסט געקעמפט די מלחמה קעגן אמעריקע.

געוואונט אין אמעריקע פאר די מלחמה, און געלערנט אין ישיבת רבינו יצחק אלחנן, היינט באקאנט אלס ישיבה יוניווערסעטי, דארטן האט ער זיך אויסגעצייכענט אלס מתמיד און פלייסיגער ענערזשעטישער אינגער מענטש וואס וועט וואקסן צו גדלות, ער איז געווען ערוועילט דורך רוב שטימעס צו פארטרעטען דער סטודענט פאראיין אלס איר פרעזידעט, און אויך געדינט אלס בעל קורא.

זייענדיג אן עדוקירטער חרדי וואס נישט אלע געדולים האבן באקומען א קאלעזש חינוך האט ער טאקע מקדיש געווען זיין לעבן צו באקמעפן די אמעריקע פראבלעם.

לוקסוס

ער פלעגט שטנדיג זאגן אז די שורש פון די שווערע נסיון צו זיין א איד אין אמעריקע איז בעיקר וועגן לוקסוס.

ער איז געווען א גרויסער לוחם דערקעגן. ער איז געשלאפן זעכציג יאר אויף א ברעיט ווייל א מאטראץ פעילט זיך נישט אויס, און עס איז ווארשיינליך בעסער פארן רוקן א ברעיט. ער האט געהאט די זעלבע בענקלעך און פוירניטשאר אין זיין קהילה און הויז פאר איבער זעכציג יאר.

דעם לעצטן טאג פון זיין לעבן ווען זיין זון האט אים געפרעגט פארוואס ער איז אזוי בשמחה מען דארף דאך זיין ערענסט ווען מען גייט ארויף צום בית דין של מעלה מקבל פנים זיין די שכינה און געבן א דין וחשבון האט ער זיך צושריגן מיט אלע זיינע לעצטע כוחות, איך בין דאך נישט געווען קיין איין וועקעישאן מיין גאנצער לעבן!

ער האט קיינמאל נישט געוואלט לייגן א בעל ביי זיין דירה אויף אוישן פארקוועי וואס ער האט געוואונט אויפן צווייטן שטאק און די קינדער האבן געבעטן אז א ניינציג יעריגער איד דארף זיך נישט אראפשלעפן שטענדיג ווען איינער וויל אריינקומען צו עפנען די טיר. ער האט געזאגט אז דאס אן אמעריקאנער לוקסוס.

סאטמאר

ער האט זיך שטענדיג אויסדרוקט מיט טרעטרן אין די אויגן אז ווען ער זעהט אין זיין געגענט אויף קינגס הייוועי די גאלדן פלאו טראק דערמאנט ער זיך צוריק וואסערע נס אידישיקייט האט געהאט מיטן סאטמאר אריבערפלאנצונג אין אמעריקע. אז די גרויסע ווערטער חלב ישראל אויף א טראק אן קיין בושה איז א זאך וואס מאכט דעם היינטיגן עולם נישט פארשטיין די נסיון פון אמעריקע וואס ער און זיין דור האבן געהאט. און ער פארעכענט סאטמאר רב אלס דער מציל אין דעם הינזיכט, ווייל ער האט אויפעגעשטעלט א פמליה של הקב"ה וואס האבן דעפנירט דעם אמעריקאנעם לוקסוס לעבנסשטייגער און זיך אנגעפיפען אינעם סיסטעם און באוויזען צו אויפשטעלן עשירים אדירים מיט פיאות פולער בארד בלויז אידיש שפראך און שווארצע לאנגע רעקלעך גענוי ווי אין אייראפע. מיט דעם האט מען ענדגילטיג געטוישט היסטאריע אז גאט האט יא א מקום אין דעם טמאנעם ערד.

ער האט געלאזט בצוואה פאר זיינע קינדער געשריבן אז ער באפעלט נישט אבער ווער עס וויל אים טאן א נחת רוח פאר זיין נשמה נאכן טויט זאל זיך אנגעהערן און באפריינדען צו חסידים וואס דאווענען בנוסח ספרד און הויפטזעכליך מחסידי סאטמאר, טייל פון זיינע אייניקלעך נעמען דאס זייער ערענסט אין זיי פארן אויף שבתים זיך אפרוען אין קרית יואל מאנרוי כאטשיג וואס זיי גייען אנגעטאן ווי ליטוואקעס ווי זייער זיידע.

איין אייניקל וואס איז זעלבסט א גרויסער רב, דער גרעסטער רב אין לעיקוואוד, ר' שמחה בונם קאהן, פארט יערליך אויף שבת נחמו קיין קרית יואל שוין זעקס יאר זינט די פטירה פון זיין זיידן און שטייט איין ביי ר' דוד עקשטיין דער ראש הקהל פון די ארונים.

ער פלעגט שטענדיג וויינען מיט התרגשות ביי זיינע דרשות אז טייל מאל כאפט זיך אים אן א רייץ צו נעמען א טעקסי בלויז דורכפארן בעדפארד ענוועניו אין וויליאמסבורג צו זעהן די סאטמאר באחנטע אינגעלעך מיט זייער לבוש און זיי בלויז זיי בענטשן פון טיפן הארץ.

ר' אברהם שלמה יאווא פארציילט אז ער האט אלייןס געהערט פון א איד וואס איז געווען א שליח פון ר' אביגדור פאר איבער צוואנציג יאר צו טראגן יעדן ערב פסח קמחא דפסחא געלט פאר א צאל משפחות וואס זיי דרייען זיך דווקא אין סאטמאר און וואונען דווקא אין וויליאמסבורג האבן מער ווי זעקס קינדער. און דער סכום האט יערלך באטראפן מער ווי פופצען טויזענט דאלער. ער האט דערביי אנגעווארענט יענעם נישט צו פארציילן פאר קיינעם. יענער האט עובר געווען אויף דעם ציווי בלויז נאכדעם וואס ר' אביגדור איז שוין פארשטארבן.

ער האט אמאל פארציילט אז ער האט שפאצירט א וועג פון 6 שעה פון זיין וואונונג אין בראנסוויל צו וויליאמסבורג איין שמחת תורה מיט צוהאלטן די הקפות אין סאטמאר ראדני. און ווען ער איז אנגעקומען אין ראדני האט ער געזעהן ר' יואל טאנצן מיט אזא התלבות אז אין זיין דמיון האט זיך מצייר געווען א מלאך וואס טאנצט דא מיט די תורה האט ער אויך מיט געטאנצט מיט אזא התלהבות אז די פוס האבן אים וויי געטאן פאר חדשים נאכדעם.

ר' סענדער דייטש פארציילט אין זיין ספר בוצינא קדישא אז ר' יואל טייטלבוים פלעגט אים לאזן רופן שטענדיג ווען ער האט געוואלט מודיע זיין פאר די וועלט אז אידן זענען קעגן מדינת ישראל. ר' סענדער זאגט אז דער סאטמאר רבי האט געהאלטן אז ער איז דער גרעסטער ירא שמים צווישן די ליטווישע גדולים וואס קימערן זיך צו מוסרן אידן אויפן ענגלישן שפראך דערפאר איז בלויז ער דער שליח דאס צו טאן אין ענגליש, און ר' סענדער פארציילט אז ר' אביגדור פלעגט מיט אים זיצן אין א זייטיגן צימער פאר שעות און שעות, און דער רבי ר' יואל פלעגט זיך קאכן און אויפהייטערן קעגן די ציונים שרייען און ברוקענען אלייןס אין צימער זיי האבן פשוט מורא געהאט דארטן צו בלייבן, פון אנדערן צימער האבן זיי אפגעשריבן א סקעטש און יעדע האלבע שעה געקומען ווייזן דעם רבין צו ער איז מסכים צום נוסח דער רבי האט געהייסן טוישן און טוישן און געשריגן אויף ביידע פארוואס זיי פארשטייען אים נישט. ר' אביגדור כאטשיג וואס ער איז געווען א פרעמדער רב וואס האט נישט געהאט קיין שייכות צו ר' יואל האט נאך מער געציטערט פון ר' סענדער פון ר' יואל ווייל ער האט מער פאשטאנען צו די הייליגע רוגזא אז דאס איז ווי א געטליכער פייער, ווי ר' סענדער וואס ער זאגט אויף זיך אז ער האט דא נישט אזוי שטארק משיג געווען.

ר' אביגדור האט קיין איינמאל נישט פארציילט פאר קיינעם דערוועגן. און אויך נישט געגעבן פאר ר' סענדער רשות דאס צו באשרייבן דערווען אין זיין ספר, ער האט קיינמאל נישט גערעדט פון די דאזיגע טראסט און חיבה יתירה וואס ר' יואל האט אים ארויסגעוויזן אחוץ איינמאל ווען ער האט גערעדט פון אמונת צדיקים האט ער בלויז געזאגט אז ווען מען האט אים אמאל געלאזט רופן פון סאטמאר רבס שטוב, אז דער רעבי רופט האט ער נישט געקענט שלאפן פון גרויס פחד... (ער האט נישט פארציילט אז דאס איז געווען א רעגולארע זאך ווי ר' סענדער האט געזאגט) ער זאגט אז ער האט זיך געשפירט ווי די אידן פאר קבלת התורה.

ער פלעגט זיך טענה'ען מיט די בני יואל אידן וואס אפאר פון זיי זענען געווען זיינע אנהענגער און האבן צו אים געזאגט אז ווען סאטמאר רב ר' יואל איז אוועק קען מען נישט מאכן קיין פאסענדער מנהיג אז זיי זענען די ערגסטע סכנה פארן יהדות. ווען זיי פלעגן אים זאגן אז ער איז זייער מנהיג האט ער זיי געזאגט אז ער איז זיי נישט מקבל אלס תלמידים און זיי ברויכן זיך אונטערווארפן דעם ברך משהס הנהגה, און ער האט געהאלטן ווארט און זיי אויפגעהערט צו ענטפערן אויף אפילו פריוואטע שאלות, אבער טראץ זיין עקשנות זיי צו פארטרייבן, און טראץ וואס זיי האבן אים נישט געפאלגט, האט ער זיי ווייטער מכבד זיין און אפילו זיי אנרופן פערזענליך שואל עצה צו זיין און זיך דורכרעדן איבער זיי בנוגע עני סאטמאר אישו וואס ער האט געוואלט פארשטיין על בריה.

יידיש

די קינדער און אייניקלעך פארציילן אז פאר ער איז געשטארבן, האט ער געלאזט צוואה און געבעטן אז מען זאל נאר רעדן אידיש, אפילו זיינע טויזענטע טעיפס זענען בעיקר אויף ענגליש, האט ער אבער אייביג מוסר מודעה געווען אז דאס איז דער סיבה ווייל זיינע שיעורים איז בעיקר געצילט פאר ספרדים בעלי תשובות וואס רעדן נישט, און קענען נישט קיין אידיש. אינדערהיים פלעגט ער טאקע נאר רעדן בלויז א ריינעם אלטמאדישן אידיש. ווארשיינליך אנצוהאלטן דעם דרך ישראל סבה פון אמאל מיט איר ארגינעלן פארעם.

זיי זאגן עדות אז במשך זינט די געבורט פון עלטסטן בכור א צירקע זעכציג יאר האט ער אין שטוב נישט גערעדט קיין איין ווארט ענגליש צו קיינעם בלויז ווען איינער האט נישט געקענט קיין אידיש.

מוסר

ווען ער איז שוין געווען א גרויסער בחור, האט זיך זיין לעבן דראסטיש געטוישט אונטער די השפעה פון ר' יעקב יוסף הערמאן זצ"ל, וואס האט פארגעלערנט אן אומערלויבטער מוסר שמועס פאר 5 סעלעקטירטע מבקשים אין די דארמיטארי פון זיין צימער בין הסדרים אין ישיבה אוניווערסיטעט וואס בלויז ער פון די פינעף האט באקומען רשות זיך צו אריבערקריכן באהאלטענערהייט א ווינדאו פון א פייער עסקעיפ אז קיין איין בחור זאל אים נישט נאכטאן, איז ער צוזאמן מיט די גאנצע חבורה, געפארן לערנען דערנאך קיין סאלאבאדקע אין אייראָפּע. (הרב דעיוויס זצ"ל, פון פיקסוויל, און ר' מרדכי גיפטער זצ"ל, פון טעלז קליבלאנד, און נאך וואס איך געדענט ניטש זענען געווען די פינעף.)


קבלה

זייענדיג א ליטוואק, און אויך א פיליזאף, על דרך ושיטת הרמב"ם און בעל חובת הלבבות, איז ער געווען א גרויסער חסיד פון שכל. ער פלעגט נאר רעדן זאכן וואס האט געהאט מיטן שכל, מען האט קיינמאל נישט געהערט פון אים קיין קבלה'דיגע באגריפן פון זוהר, אבער זיינע זאכן דורכן שכל, האבן כמעט אלע געשטימט מיטן זוהר, די חסידים וואס פלעגן קומן צו זיינע שיעורים פלעגן אים אייביג פרעגן איבער העכערע מיסטישע באגריפן פון חז"ל, פלעגט ער רוב מאל ענפערן אז די זאכן זענען משלים און רעיונות נישט פאקט.

א גורער חסיד דרוקט היינט איבער זיינע ספרים אויף עברית און אין קיין איין שטיקל איז נישט פארפעלט אנציצייכענען א זוהר הקדוש אדער מדרש אדער אפילו לעצטיגע קבלה רעיונות וואס דער דרוקער לייגט נישט אריין אלס פערעפערענצן צו יעדע שטיקל פון ר' אביגדור. כאטשיג וואס בשעת ער האט געלעבט פלעגט ער זאגן אז ער איז נישט עוסק אין קבלה.

ער האט טאקע געשריבן און אוועקגענומען פון זיינע קינדער און אייניקלך די רשות צו איבערזעצן זיינע ספרים פון ענגליש אויף היברו און דאס פארשריבן אז בלויז יענער גור'ע חסיד מעג דאס טאן.

חסידות

ער האט זיך נישט געפירט בחסידות און אפט מאל מבזה געווען קעגן זייער התנהגות אבער ער פלעגט אייביג זאגן אז די אמת איז ביי די חסידים. מיטן משל פון חפץ חיים אז ווען מען איז געקומען צו אים זיך אפרעדן אז די חסידים טרעטן אויפן שלחן ערוך און דאווענען שפעיט, האט דער חפץ חיים גענטפערט: זיי דאווענען שפעיט טאקע אבער מיר ליטוואקעס דאווענען שוין נישט בכלל.

פרישות

ער האט נישט געגעסן קיין מזונות, געשלאפן אויף א ברעט אונטערן ריקן. און געגעסן נאר פרוכט און פלייש אויב די ווייב האט דאס ספעציעל געקאכט.

מורא

ער האט געהאלטן אז די תכונה פון פחד איז דער חשובסטער יסוד אין הלכות נזיקין.

ער פלעגט אראפבאגלייטן יעדן איינעם נישט קיין חילוק א קינד פרוי און אפילו זיין אייגענע זינען פון זיין הויז אויף די עלטערע יארן ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס ער מאכט זיך אזוי משוגע צו מקיים זיין די מצווה פון לוויה, האט ער גענטפערט מיט א רעש, פארוואס מען טייטשט אים אויס פאלטש, ער ציטערט פשוט אז זיי וועלן אראפפאלן באגלייט ער זיי.

א חסידישער סאטמאר אינגערמאן פון בארא פארק האט אמאל אריינשפאצירט צו אים קיין פעלטבוש פאר א תפילה פרייטיג צונאכטס, ר' אביגדור האט אים נאכן דאווענען ברייט מקבל פנים געווען און געמיינט אז ער איז א ירושלימער גאסט אין געגענט פאר שבת. ר' אביגדור האט פארבעטן יענעם צו שלאפן און עסן ביי זיך ביז נאך שבת. ווען דער אינגערמאן האט זיך פרובירט ארויסדרייען אז ער וויל נישט מטריח זיין דעם צדיק, האט ער אים געזאגט אז ער מיינט נישט די מידת פון הכנסת אורחים ער האט פשוט מורה פאר יענעם אויפן לאנגן וועג צוריק צו זיין אכסניא, ווייל די מענטשן פון די העכערע אוישן פארקוועי גאסן וועלן אים נאכשרייען צוליב דאס אינטערסאנקייט פון אים אלס ירושליםער איד מיטן שטריימל און בעקיטשע, וואס די געגענט פרייע און מאדערענע אידן וועלן מאכן שפאס פון אים. דער אינגערמאן האט געגעסן ביי אים ווייל ער האט געוואלט צוזעהן זיין עבודה אבער דערנאך האט אים ר' אביגדור מפציר געווען אז ער זאל שלאפן ביי אים אויכט האט דער אינגערמאן אים ענדליך מגלה געווען אז ער וואונט אין בארא פארק און געזאגט אז זיין ווייב אין קינדער זארגן זיך פאר אים. האט ער אים נישט געלאזט אהיים גיין נאר אנעם שטריימל...

יראת שמים

ווען ער איז געווען אין שפיטאל האט ער נישט אריינגעלאזט קיין פרויען נוירס.

ר' ישראל מילער אן אייניקל פארציילט אז איינמאל פארט ער דורך אוישן פארקוועי זיין שול און הויז, האט ער געזעהן די טירן ברייט אפען, אזוי ווי ער האט געוויסט די סדר פון ר' אבידור זיין זיידע איז צו זיין מוראדיג געווארענט אין יעדע זאך, איבערהויפט שמירה אויף דעם שול, האט ער זיך אפגעשטעלט און אריין געגאנגען אין שול זעהן וואס איז געשען, ער קומט אריין זעהט ער א פרוי זיצן דארטן, ער פרעגט איר צו ער קען איר העלפן? הערט ער זיין זיידע זיך אנרופען ווער איז דארטן? גייט ער צו צום זיידן און זאגט אז איך בין דאס פארוואס איז דער טיר אפען? זאגט אים די זיידע זעהסטו נישט קיין אשה דא?

די וועלט האט אויף אים געקוקט אלס מאדנע און מודה געווען צו אלעס וואס ער זאגט אבער מען האט זיך פארענטפערט אז ער איז א גרויסער בעל כוח וואס נאר ער קען טאן זיין דרך ה' ווייל ער איז א עקשן, ווען זיין אייניקל האט אים אמאל פארציילט אז די ליטווישע וועלט האלט גאר שטארק פון אים אבער זיי זענען נישט מסכים אז זיין דרך איז פאר יעדן ווייל בלויז ער האט כוח זיך צו פראגראמירן דאס לעבן אלס א מוסר'ניק. האט ער גענטפערט גלייב מיר אז עס קומט מיר אן שווערער ווי אלעמען, איך טוה נאר איין זאך וואס איז א טריק וואס זיי ווייסן נישט פון דעם טריק איך האב מיך ערקלערט אלס א קנעכט און שטענדיג ווי איך גיי און ווי איך שטיי אגאנצעטן טאג חזר איך איבער איך בין אן עבד ה' איך בין אן עבד ה'. און אזוי אפשר היינט צוטאגס פיל איך מיך נענטער ווי זיי צום באשעפער אבער נישט מכוח ראבאט נאר איך האב אזא ציטער אז איך קען שוין דאס נישט פארגעסן...

מענטשן וואס האבן אים געקענט האבן געמיינט טאקע אז דאס איז אזא משוגעת, אז ער רעדט צו זיך אלייןס קיינער האט קיינמאל נישט צוזאמגעשטעלט אז ער האט דאן געזאגט פאר זיך אין בין אן עבד ה מיליאנען מאל דורכאויס זיין לעבן...

ער פלעגט האבן א מאדנער מנהג אויף די עלטער נישט אויסטאן די היט קיינמאל אפילו אין שטוב בעתן לערנען און עוסק זיין אין שרייבן זיינע ספרים און בשעתן עסן קיינמאל. ווען די קינדער האבן סוף ימיו אים געבעטן ער זאל דאס אויסטאן האט ער געזאגט אז ער פארגעסט שוין אביסל און דאס העלפט אים דערמאנען פון זיין פחד הבורא.

ליבע

כאטשיג ער איז געווען מטבעו א קאלטער מענטש האט ער זיך אפגעגעבן ארויסווייזן ליבשאפט און ווארעמקייט פאר אלעמען ארום זיך. און ער פלעגט שטענדיג מעורר זיין יעדן צו שמייכעלען צום שכן. ער פלעגט אפט מאל אינמיטן שיעור הייסן זיך אפשטילן פאר א מינוט און יעדער איינער זאל אנקוקן זיין שכן פרויען די פרויען און מענער די מענער און פראקטיצירן צו שמייכלן מיט מחשבות פון ליבשאפט צו יענעם.

  1. ער פלעגט האבן א קפידא אז ביי זיך יעדן שבת מוזן זיין געסט אייניקלך צו עסן אדער שלאפן. און זיי נישט געזאגט קיין תורה ביי די סעודה נאר בלויז געזינגן מיט זיי פאר לאנגע שעות, וואס ביי ליטוואקעס איז אראפגעקוקט זינגן זמירות צוליב זייער טאבו הארבע עבירה פון ביטול תורה אבער אין דעם האט ער זיך געפירט ווי חסידים.
  2. די אייניקלעך פארציילן אז זיי געדענקן נישט קיינמאל ווען זיי זענען געווען דארטן אלס קינדער און נישט באקומען א נייע מתנה. ער פלעגט יעדן טאג גיין שפאצירן און זיך אנסטאקן מיט קליינע טשאטשקעלעך, ווען די רעביצען פלעגט קאמפלעינען אז דאס מאכט אומ-סדר אין דעם קליינעם הויז זייערס, האט ער גענטפערט, אז מען מוז האבן אן אויסוואל פארן די אייניקלעך פון פארשידענע טויס ווען זיי קומען זאלן זיי זיך קענען וועילן...
  3. די חתונה געהאטע אייניקלעך ווען זיי פלעגן נאר טעלפאנירן פלעגן זיי זיין גרייט אויף זיינע שאלות וויאזוי דאס גייט אין געלט, זייער אסאך מאל האט ער זיי געשיקט פשוט און פראסט סתם אזוי געלט, איבערהויפט ווען זיי האבן אים באזוכט האט ער זיי באלעסטיגט מיט די שאלה פיל מיט אויספארשונגען. ער האט זיי קיינמאל גארנישט געפרעגט וועגן שלום בית אדער תורה אדער סיי וואסארא אנדערע פראגע נאר בלויז צו זיי האבן געלט גענוג.
  4. ער פלעגט נישט גיין אין ערגעץ נישט זיך נישט צו שטערן לערנען, אבער צו זיינע אייניקלך האט ער יא געגאנען פאר פופצן מינוט. יעדע סעקונדע האט ער זיך פארנוצט אדער צו טאנצן אדער צו זיך באדאנקען פאר אלע געסט אז זיי זענען געקומען צו זיין שמחה.
  5. ער פלעגט נישט גיין אין ערגעץ, אבער ווען איינער האט זיך מתחצף געווען און יא צוגעגאנגען לאדענען צו א שמחה, האט ער זיך אנטשולדיגט ווי א קליין קינד ווי פאריאגט און פארפלאגט ער איז אז ער האט נישט קיין צייט צו אטעמען און ער בעט יענעם זאל אים מוחל זיין און פארשטיין א.א.וו.
  6. ער האט געגריסט יעדן איינעם מיט א שמייכל פון דא ביז קאנארסי.
  7. ער האט זיך אראפגעשלעפט אויף די טרעפ פון זיין הויז אין די שווערסטע צייטן, און אראפגעזעצט ביי יעדן שנארער נעבן טיר אין פארצימער און אויסגעהערט פאר לאנגע צייטן יענעם'ס פראבלמען.
  8. דער סיפור אונטער זיין זשאב אלס משגיח אין חיים בערלין איז גארנישט געהאט צוטאן מיט זיין פערזענליכקייט ווייל קיינער האט נאך דעמאלטס אים נישט געקענט ער האט געוואונט אין טשעלסי וויי אוועק פון די ישיבה. נאר דער ראש ישיבה ר' יצחק הוטנער האט איינמאל באקומען א רירנדער טעלעפאון קאל פון דערווייטענס פון אן אומבאקאנטער רב וואס האט זיך געבעטן מיט טרערן פאר אים ער זאל נישט ארויסווארפן עפעס א פרעמדער בחור. האט עים ר' יצחק הוטנער געשריגן אויפן טעלעפאון א איד וואס קען וויינען פארן פראבלעם פון א פרעמד בחור מוז זיין א משגיח. און ר' אביגדור האט אין דעם געזען א אצבע אלוקים אוועקמופן פון טשעלסי אז קיין חינוך וועט ער שוין נישט קענען צושטעלן דארטן פאר זיינע קינדער.

אהבת ה'

ער פלעגט זיך ארום דרייען אין טאש שטענדיג מיט עפעל קערנדליך, ווען ער איז געשטארבן האט מען געטראפן איבער זעקס פילע פאטעיטא זעק אנגעפילט מיט עפל קערנדליך ביי אים אינדערהיים אין סטארעזש; דאס פלעגט ער זיך קאכן טאג אין נאכט אין די וואונדער פון באשעפערס וועלט. אין פארענט פון זיין שטענדער אין שול איז אייביג געלעגן א באטל ניו יארק סיטי סינק וואסער, אלס א שוויתי ה' לנגדי תמיד, זיך צו דערמאנען דעם טובת ה'.

זומער פלעגט ער אייביג יעדן שבת רופן די אייניקלעך און שפילן מיט זיי א געים לשריש את אהבתו לבוראו אין זייערע אינגע הערצער, אז מען האט געפליקט מעלאונע קערנדליך...


באשיידען

געווען יארן לאנג משגיח אין ר' חיים בערלין ישיבה, קיין איין תלמיד פון דארטן האט נישט געוויסט אז ער איז עפעס א זאך. רוב האבן אויף אים נאכאלטס היינט א ביטול צוליב די גרויסע געלט קנסות וואס ער פלעגט לייגן אין לויט זייערע אויגן אומ-בארעכטיגט, אויף אזוי ווייט האט ער זיך באהאלטן אין חיים בערלין ישיבה אז ווען ער איז געשטארבן זענן נישט געווען קיין שום אפיציעלע פארשטייער פון די ישיבה חיים בערלין אפילו נישט איר ראש ישיבה וואס וואנט עטליכע גאסן אוועק. אין די לוויה איז געווען פון די גרעסטע אין ברוקליןס היסטאריע און חרדישע היסטאריע.

זיינע אייגענע טעכעטער און זינען האבן קיינמאל נישט גערעדט פון אים עפעס גדלות בשעתן לעבן. פארענטפערענדיג זיך אז ער האט זיי אויסגעפאפט מיט פילע זאכן, און בלויז ווען ער איז געשטארבן האבן האבן זיי אנגעהויבן צו כאפן ווי גרויס ער איז געווען.

זיינע קינדער און אייניקלעך זענען מודה און האבן שוין עטליכע מאל געבעטן מחילה פון אסאך חסידים וואס זיי האבן פראבירט צו פארטרייבן די חסידים וואס פלעגן קומען מוטשען דעם זיידן און זיי האבן נישט געהאט קיין שכל צו באמערקן אז ער איז א גדול.

שתיקה

שווייגן איז געווען א גרויסער יסוד אין זיין לעבן. און שטענדיג אויפגעפאדערט אז מען זאל שווייגן. אז מען איז געקומען צו אים איבער שלום בית האט ער גארנישט געוואלט רעדן נאר איבער דעם.

ער איז געווען א מאדנער שותק, אז ווען מען האט אים עפעס געפרעגט נישט קיין חילוק ווער האט ער אפט מאל נישט געהאט קיין פראבלעם צו לאזן דעם שואל שטעקן מיט די שאלה און נישט ענטפערן...

ביי זיינע מסיבות און צוזאמענקומען וואס ריזן עולם פלעגן קומן צו אים געבן כבוד ווי למשל ביי זיין אייניקלעך'ס חתונה, אדער ביים יערליכען דינער פון זיין זון'ס ישיבה. האט ער זיך אוועקעגשטעלט ביים טיר, נישט אובן אן, און יעדן איינעם געשמייכלט און זיך באדאנקט פארן קומן מיט א ברכה, און קיין ווארט נישט מער.

אפט מאל פלעגט ער שפאצירן און מענטשן האבן זיך געוואלט צושארן צו אים אבער ער האט זיי איגנארירט...

רעדן

מיט דעם אלעם האט ער געהאלט אז יעדער איד מוז קענען רעדן מיט רעטאריק ער האט קיינמאל נישט חלילה וחס געהייסן לערנען ספרים חיצנוים אחוץ ביי מידות וואס דאס איז געווען חשבון הנפש וואס ר' ישראל סאלאנטער האט געהייסן איבערדרוקן און פארשפרייטן. און דער אנדערער בוך פון דעיל קאנארגי צו שארפן דעם צונג.

זיינע ספרים זענען פיל מיט חכמות חיצונית, און איז באקאנט מיט יעדעס ווארט פון כפירה און מינות זיי אפציווענדען, זיין בית הכסא איז געווען א לייבערי פון אלע ביאלאגיע, פיזיקע, און וויסענשאטפט ביכער, זאגענדיג אז מען טאר נישט אין זיי אריינקוקען נאר ער ווייל ער טוט זיי אפווענדען און אויך נאר אין בית הכסא ווייל עס איז טמא. און אויך נאר צוליב דעם וואס ער האט אנגעפרעגט ביי גרויסע פסוקים און זיי האבן אים געגעבן א היתר.

על אף וואס זיינע ביכער זיינע געווידמעט גאנצעטע פרקים אפציווענדן כל מיני אפיקורסות, זענען רוב פון זיינע טעיפס און שיעורים נישט עוסק נאר אין אהבת ה' און חסד ה'. אחוץ ניטול נאכט וואס ער האט אויסגענוצט אפצושפעטן פון קריסטיענטום און אוואלאציע.

אבער בעיקר זעהט מען אז ער איז באקאנט געווען אין די אלע וויסענשאפטן אויסצינוצען דאס אנציווארימען הערצער פון זיינע צוהערער און זיך אליינס צו זיך פארוואונדערן און אויפלעבן צו די גוטע טיפע גוטס און גענדאדע און נפלאות הבורא פאר די וועלט.

זיינע קינדער פארציילן אז זיי האבן אים קיינמאל נישט געזעהן זיצען און קוקן עפעס אנדערשט ווי א גמרא אדער ספר און אלע זיינע סייענס פארשונגען וואס ער האט געהאט געלערענט אין בית הכסא האבן אנדערע פאר אים געברענגט כדי לוחם צו ווייזן די פירצות פונעם דור.

זיין חכמה האט זיך דאס מערסטע ארויסגעוויזן ביי די וועג וויאזוי ער האט אייביג געקענט ענטפערן די לעצטע פופצען מינוט פון דאנערשטאג שיעור פאר מער ווי פערציג יאר און איז פארשפרייט אין די הונדערטע טויזענטע קאפיס בכל קצוות תבל.

מנהיג ישראל

נישטא קיין מדינה און שטאט ווי זיינע טעיפס זענען נישט אנגעקומען.

ער פלעגט ענטפערן שאלות 2 מאל א טאג אויפן טעלעפאון בשעתן עסן לאנטש און נאכטמאל.

ער האט אייביג געזאגט אז מען זאל אים נישט אויסהערן נאר יעדער איינער האט ער געזאגט וועמען צו פרעגן א שטאפן היט דעם ברך משה און א הויכער היט ר' שלמה באבובער און די ליטווישע אידן זייערע פירער און די ספרדים זייערע און פארן רוסישען אדער בעל תשובה טיפ ליבאווישטער רבין. א.א.וו.

ער פלעגט פארנוצען רוב צייט פון זיינע מוסר שמועסן ארום רעדן די מעלות פון אנדערע גדולי הדור, וו.צ.ב. דער ברך משה האט ער געזאגט אז אזא עניו און הכנעהדיגער מענטש פאר גדולי ישראל איז נישט באשאפן געווארן. אדער אז ער האלט אז דער ליבאוויטשער רבי קען זיין משיח. אדער אז דער באבאובער רבי איז א איש שלום און א זעלטענער בעל מידות וואס שאפט א פראכט און כבוד פארן אידישן פאלק. און אז אידן דארפן ווען זעהן צו משפיע זיין ביי די רעפובליקאנער פארטיי אז ר' אהרן קאטלער זאל ווערן פרעזידענט פון אמעריקע. קיינער איז נישט געקומען דארטן פון מאנסי מאנרוי וויליאמסבורג צו הערן אז אנדערע גדולים פון זיין'ס גלייכן זענען ערליך און מען זאל זיך ווייקן ביי זיי מען איז געקומען הערן וואס ער האט צו פארציילן אבער ער האט זיך געקשענט און כמעט נישט פארפעלט קיין איין וואך אויסצורימען א גדול אינעם דור וואס לעבט.

אפילו ער איז זיך געזעצן פארשפארט אין זיינע ד' אמות און זיין פארשטופט ווינקל אין א מאדערן נישט פרומען געגענט אין אוישן פארקוועי אוועק פון יעדן פירסום און פובליק.

האט ער באפוילן פאר אלע זיינע מענטשן צו מופן קיין וויליאמסבורג אדער בארא פארק אדער ארצפצו פון פלעטבוש ווא איז געווען פרומער, ער פלעגט אויך אויפאדען אז מען זאל זיך באטייליגן אין פרומע חרדישע צוזאמקנופטן אפילו דאס איז נישט ממש פאר תורה. ער האט באפוילען יעדן צו גיין צו די סיום השס און צו די בעלזע חתונה און צו די סאטמארע יערליכע כ"א כסליו מסיבות, זאגענדיג דייקא נישט צוליב די תורה נאר צוליב דעם אז איבעראל ווי עס איז דא א גרויס צוזאמקום פון אידן רוהט די שכינה אין מער פראפאראנץ ווי א קליינער צוזאמקום. און אויב איז דאס היסטאריש גרויס אין פאפולאציע איז דער שכינה דארטן אין היסטארישע פראפאראנצן.

זיין לוויה

בעמעד פון צענדליגע טויזענטע אידן האט מען ארויסבאגלייט זיין ארון פון זיין באשיידען הויז און שול'כל אפצופארן אויף וועג קיין קענעדי עירפארט עס האבן זיך באטייליגט און מספיד געווען ר' חיים פנחס שיינבערג, ר' יוסף ראזענבלום, ר' שמואל בירענבוים, אן אייניקל זיין ממלא מקום אלס רב אין זיין לעצטער שול, ר' יעקב פערלאוו נאוואמינסקער רבי וואס האט גערעדט בשם אגודת ישראל און ישיבת חיים בערלין. ר' שמואל מילער זיין עלטסטער זון, וואס האט געוויינט אז די וועלט האט נישט געוויסט זיין טאטענס גדלות בתורה בלויז זיין יראת שמים, און זיין אייניקל ר' שמחה בונם כהן פון לעיקוואד וואס האט געבעטען מחילה בשם כל ישראל אז מען האט נישט איינגעזעהן זיין גדלות און מען האט חוזק געמאכט פון אים איבעראל בשעת ער האט געלעבט דאס האט נישט איבערגעלאזט קיין איין טרוקן אויג ביי די פארזאמלטע און קולות ויללות האבן בוקע געווען רקיעים פון עלטערע אידן רבנים און קיינער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן פון וויינען.

ער איז געקומען לקבורה אויפן הר הזתים במעמעד פון טויזענטע אידן, עס האבן דארטן מספיד געווען ר' משה שטערנבוך און תלמדים און די קינדער.