אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם שלמה יאווא"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 30: שורה 30:
ר' אברהם שלמה פלעגט שטענדיג בעטן ר' אביגדור צו מאכן נאך שיעורים און אסאך מאל האט ער נאכגעגעבן. ווי למשל די אידיש שיעור חול המועד און נאך וואס ר' אביגדור איז ספעציעל ארויס מגדרו אויף די נודניקע שטיק פון ר' אברהם שלמה.

ר' אברהם שלמה האט זיך נישט אוועקעגערורט פון ר' אביגדור, ספעציעל אין די הייליגע טעג ווי די עבודה פונעם צדיק האט זיך מער ארויסגעוויזן, און האט טאקע זוכה געווען ביים לעצטען מינוט צו אביסל קורת רוח ווען ביי די גסיסה פון ר' אביגדור האט ער אים צוגעריפן און זיך באדאנקט און אים איבערגעבעטן אז ער האט אים נישט גענוג מקרב געווען און ארויסגעוויזן אנערקענונג אויף זיין געטריישפאט דורך אים פערזענליך געבן זיין סידור במתנה אוועק פון די אייניקלעך וואס האבן פראטעסטירט דערויף דאס איז געווען די לעצטער אקט פון יציאת נשמתו הטהורה.
ער פעלגט שטענדיג טראגן אינגעלייט און בחורים צו ר' אביגדור אפט מאל פילע מאל א וואך ווען אימער נאר שייך. ר' אברהם שלמה האט זיך זעלבסט נישט אוועקעגערורט פון ר' אביגדור, ספעציעל אין די הייליגע טעג ווי די עבודה פונעם צדיק האט זיך מער ארויסגעוויזן, און האט טאקע זוכה געווען ביים לעצטען מינוט צו אביסל קורת רוח ווען ביי די גסיסה פון ר' אביגדור האט ער אים צוגעריפן און זיך באדאנקט און אים איבערגעבעטן אז ער האט אים נישט גענוג מקרב געווען און ארויסגעוויזן אנערקענונג אויף זיין געטריישפאט דורך אים פערזענליך געבן זיין סידור במתנה אוועק פון די אייניקלעך וואס האבן פראטעסטירט דערויף דאס איז געווען די לעצטער אקט פון יציאת נשמתו הטהורה.
[[קאטעגאריע:רבנים|יאבוי]]
[[קאטעגאריע:רבנים|יאבוי]]

רעוויזיע ביי 23:30, 16 אַפּריל 2007

ר' אברהם שלמה יאבוי שליט"א. איז א רב אין וויליאמסבורג ברוקלין.

פון ספרדי צו אשכנזי

א ספרדישער געבוירן אינגל וואס איז געגאנגן לערנען אין סאטמאר און געווארן א חסיד, ער האט זיך אייביג אויסגעצייכענט מיט מדות און לערנען, נאך די חתונה האט ער עוסק געווען אין הרבצת התורה אין אלע חסידישע תלמוד תורה'ס פון ווילימאסבורג.

קהילת נטעי אביגדור

נאך די פטירה פון ר' אביגדור מילער האט ער געפענט א שול לשמו ולזכרו פון דעם בעל מוסר וואס ר' אברהם שלמה פלעגט אויסהערן זיינע מוסר שמועסן.

די שול אין וויליאמסבורג האט אבער בעיקר מצליח געווען צוליב דעם וואס די איחוד התלמידים פון די ארונים האבן דאס אנערקענט אלס זייערס א סניף.

ער האט דאס א נאמען געגעבן קהילת לעמבערג, סזאל נישט זיין צו קאנטראווערסיאל נאך א איד וואס האט נישט געגלייבט אין קבלה.

דער לעמבערגער רב, ר' אברהם שלמה האט זיך אנגעטאן א רבניש היטל, און צוזאמן מיט דעם וואס ר' שמואל ווידער לייגט פון אים אריין פאמפע מיט בילדער און באריכטן אין דער בלאט יעדע וואך, איז ער אזוי ארום געווארן אנערקענט אלס רב לכל דבר.

מען רופט זיין קהילה וועד ארבע ארצות 1) ווייל דער רב אז א ספרדי, 2) די נאמען לעמבערג א פוילישער, 3) און די מתפללים אונגערישע אפשטאמיגע, 4) און זיי אלע האלטן זיך פאר תלמידים פון ר' אביגדור מילער. א ליטוואק

פון די געניאלע מנהגים וואס דער שול פארמאגט איז נישט רעדן קיין דברים בטלים בשעתן דאווענען. מען דאווענט טאקע דארטן שנעלער און שפעטער ווי איבראל כדי נאכצוקומען די תקנה.

ער האט שוין צענדליגער מאל דורכגעלערנט חובת הלבבות, ביחידות און ברבים. במסגרת השיעירום אין זיין שול.

צענדליגער אינגעלייט און בחורים זענען זיך שואל עצה מיט אים אין אלע הינזיכטן. ספעציעל בחורים וואס האבן שוועריגקייטן אין ישיבה און אנדערע אנגעלעגנהייטן גיט ער זיי ספעציעלע הדרכה.

ארטיסט

ר' אברהם שלמה אט זייער געלונגענע הענט אין זיינע פרעכטיגע באצירונגן זענען פאפולער ביי אלע סאטמארע הויפן סיי ביי די זאלוינים און סיי ביי די ארונים. עס איז דא א אויגן פארכאפענדער קרוין וואס ער האט ערצייגט אלס בחור נאך און איז געווארן באנוצט ביים ברך משה און דערנאך געצויגן געשלעגן און ארעסטירונגען איבער דעם בעלות דערפון.

שימוש תלמידי חכמים

ער האט זוכה געווען לקירבה יתירה סיי ביי ר' אהרן טייטלבוים וואס ער איז געווען א שטוב מענטש, און סיי ביים ברך משה אלס פייערדיגער חסיד וואס ער האט נישט פארפעלט קיין טישן יארן לאנג נאך די חתונה אין וויליאמסבורג. אויך ביים אשווארע רבי שליט"א וואס ער ווייסט נאצוזאגן א שלל פון מעשיות אין ספירו צדיקים פון אמאליגען דור. און בעיקר ביי ר' אביגדור מילער וואס ער האט נאכגעלאפן מיט מסירת נפש כאטשיג ר' אביגדור האט אים שטענדיג פארטריבן פון זיך נישט וועלענדיג האבן קיין חסידים.

משך פון די לעצטע פינעף יאר פונעם לעבן און שאפן פון ר' אביגדור הערט מען אויף הונדערטע טעיפס די שטימע פון ר' אברהם שלמה פרעגן כל מיני שאלות פון ר' אביגדורס שיעורים אז דער דבר ה' זאל ארויסגיין אויף די וועלט.

פון זיי זענען מלובן די דבר ה' איבער כל מיני אישוס עירוב סאטמאר ווידאו חינוך און נאך. אלעס אין שכר פון ר' אברהם שלמה וואס האט געפרעגט נאכאנאנד אן קיין בושה.