אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם שלמה יאווא"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1: שורה 1:
ר' '''אברהם שלמה יאבוי''' שליט"א.
ר' '''אברהם שלמה יאבוי''' שליט"א. איז א רב אין וויליאמסבורג ברוקלין.
==פון ספרדי צו אשכנזי==

א ספרדישער געבוירן אינגל וואס איז געגאנגן לערנען אין סאטמאר און געווארן א חסיד, ער האט זיך אייביג אויסגעצייכענט מיט מדות און לערנען, נאך די חתונה האט ער עוסק געווען אין הרבצת התורה אין אלע חסידישע תלמוד תורה'ס פון ווילימאסבורג.
א ספרדישער געבוירן אינגל וואס איז געגאנגן לערנען אין סאטמאר און געווארן א חסיד, ער האט זיך אייביג אויסגעצייכענט מיט מדות און לערנען, נאך די חתונה האט ער עוסק געווען אין הרבצת התורה אין אלע חסידישע תלמוד תורה'ס פון ווילימאסבורג.
==קהילת נטעי אביגדור==
==קהילת נטעי אביגדור==

רעוויזיע ביי 23:06, 16 אַפּריל 2007

ר' אברהם שלמה יאבוי שליט"א. איז א רב אין וויליאמסבורג ברוקלין.

פון ספרדי צו אשכנזי

א ספרדישער געבוירן אינגל וואס איז געגאנגן לערנען אין סאטמאר און געווארן א חסיד, ער האט זיך אייביג אויסגעצייכענט מיט מדות און לערנען, נאך די חתונה האט ער עוסק געווען אין הרבצת התורה אין אלע חסידישע תלמוד תורה'ס פון ווילימאסבורג.

קהילת נטעי אביגדור

נאך די פטירה פון ר' אביגדור מילער האט ער געפענט א שול לשמו ולזכרו פון דעם בעל מוסר וואס ר' אברהם שלמה פלעגט אויסהערן זיינע מוסר שמועסן, די שול אין וויליאמסבורג האט אבער בעיקר מצליח געווען צוליב דעם וואס די איחוד התלמידים פון די ארונים האבן דאס אנערקענט אלס זייערס א סניף. ער האט דאס א נאמען געגעבן קהילת לעמבערג, סזאל נישט זיין צו קאנטראווערסיאל נאך א איד וואס האט נישט געגלייבט אין קבלה, דער לעמבערגער רב, ר' אברהם שלמה האט זיך אנגעטאן א רבניש היטל, מען רופט זיין קהילה וועד ארבע ארצות 1) ווייל דער רב אז א ספרדי, 2) די נאמען לעמבערג א פוילישער, 3) און די מתפללים אונגערישע אפשטאמיגע, 4) און זיי אלע האלטן זיך פאר תלמידים פון ר' אביגדור מילער. א ליטוואק

ער איז א גאון מובהק אין ש"ס ופוסקים. ער האט שוין מסיים געווען עטליכע מאל ש"ס, און די דברי חז"ל זענען שטענדיג שגור על פיו. ער קען פונקטליך די היסטאריע פון די הייליגע חז"ל, ער ווייסט ווער איז געווען אין וועלכע צייט, און ווער איז א תלמיד פון וועם. וואס כידוע האט דאס זייער א שטארקן אפעקט אויפ'ן הלכה למעשה.

אויך איז ער כידוע זייער אויסגעארבעט אין מדות טובות, שייף עייל ושייף נפיק ולא מחזיק טיבותא לנפשי' ווי עס קענען עדות זאגן די צענדליגער מתפללים חשובים בבית מדרשו. ער איז א וותרן וסבלן גדול, און איז נישט עוסק אין קיין פאליטיק.

מ'קען כמעט זאגן אז זיין שול איז פון די איינציגסטע אין וויליאמסבורג ווי עס ווערט נישט אויסגעשמועסט קיין איין ווארט פאליטיק. צו איז דאס פרייטאג צו נאכטס נאכ'ן דאווענען, צו אינדערפרי, אדער גאר אין די לאנגע זומער שבת נאכמיטאגס.

ער האט שוין צענדליגער מאל דורכגעלערנט חובת הלבבות, ביחידות און ברבים.

צענדליגער אינגעלייט און בחורים זענען זיך שואל עצה מיט אים אין אלע הינזיכטן. ספעציעל בחורים וואס האבן שוועריגקייטן אין ישיבה און אנדערע אנגעלעגנהייטן גיט ער זיי ספעציעלע הדרכה.

זיין חכמה איז כידוע זייער ברייט און זיין עמקות און אויסגערעכנטקייט אויף יעדן שריט וואס ער נעמט איז ממש א חד בדרא. ער איז זייער באוואוסט אלץ איינער וואס טראכט דורך הונדערט און איין מאל יעדן טריט וואס ער נעמט אין לעבן. און די רואיגקייט און נישט-געכאפטקייט איז זיין הצלחה אין לעבן און מיטן חשובן צענטער פון תורה ותפילה

ארטיסט

ר' אברהם שלמה אט זייער געלונגענע הענט אין זיינע פרעכטיגע באצירונגן זענען פאפולער ביי אלע סאטמארע הויפן סיי ביי די זאלוינים און סיי ביי די ארונים. עס איז דא א אויגן פארכאפענדער קרוין וואס ער האט ערצייגט אלס בחור נאך און איז געווארן באנוצט ביים ברך משה און דערנאך געצויגן געשלעגן און ארעסטירונגען איבער דעם בעלות דערפון.

שימוש תלמידי חכמים

ער האט זוכה געווען לקירבה יתירה סיי ביי ר' אהרן טייטלבוים וואס ער איז געווען א שטוב מענטש, און סיי ביים ברך משה אלס פייערדיגער חסיד. אויך ביים אשווארע רבי שליט"א וואס ער ווייסט נאצוזאגן א שלל פון מעשיות אין ספירו צדיקים פון אמאליגען דור. און בעיקר ביי ר' אביגדור מילער וואס ער האט נאכגעלאפן מיט מסירת נפש כאטשיג ר' אביגדור האט אים שטענדיג פארטריבן פון זיך נישט וועלענדיג האבן קיין חסידים. ר אברהם שלמה האט זיך נישט אוועקעגערורט פון ר' אביגדור און האט זוכה געווען ביים לעצטען מינוט צו אנערקענונג פון אים ווען ר' אביגדור האט אים פערזענליך געגעבן זיי סידור במתנה ביי יציאת נשמתו הטהורה.

משך פון די לעצטע פינעף יאר פונעם לעבן און שאפן פון ר' אביגדור הערט מען אויף הונדערטע טעיפס די שטימע פון ר' אברהם שלמה פרעגן כל מיני שאלות פון ר' אביגדורס שיעורים אז דער דבר ה' זאל ארויסגיין אויף די וועלט.

פון זיי זענען מלובן די דבר ה' איבער כל מיני אישוס עירוב סאטמאר ווידאו חינוך און נאך. אלעס אין שכר פון ר' אברהם שלמה וואס האט געפרעגט נאכאנאנד אן קיין בושה.