אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שמעון לעמבערגער"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נײַע אַרטיקל: ר' '''שמעון לעמבערגער''' איז א תלמיד פון בית ישראל, פון איין זייט פירט ער זיך אויף ווי א גור [[...
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 14:50, 19 פֿעברואַר 2007

ר' שמעון לעמבערגער איז א תלמיד פון בית ישראל, פון איין זייט פירט ער זיך אויף ווי א גור חסיד אבער ער נאשט און האט זיך געדרייט ביי אלע גדולי ישראל. און ווייסט א וועלט איבער חסידות.

ער איז סטאק אין כפר אתא א שטעטל אין די גלילות פון חיפה וואס האט אמאל אין די נאך צווייטער וועלט מלחמה יארן געדינט אלס א היימישער ישוב פון אונגערישע חרדישע אידן. צוליב די פרנסה מקור אין חיפה וואס איז אן אידאסטעריאלער שטאט. ער איז פארבלין דארטן אויפן באפעל פון ר' אהרן בעלזאר וואס האט געהייסן זיין טאטען דארטן גיין דינען ברבנות.

ער איז א מחותן מיטן בעלזער רבי ר' ישכר דוב רוקח זייענדיג די שווער פון ר' אהרן מרדכי רוקח דעם רבס איינציג קינד.

ער איז באקאנט אלס א גרויסער עובד ה' מיט מסירת נפש און מאדנע פירונגען. ער ווארפט זיך כסדר מיט פאקסן און גייט אנגעטאן צושאלכעט און צוריסן די פיאות און בארד פארקניפט מיט שטיוול אין די גרעסטע היצן און שטענדיג פארטיפט און פארדביקוט און מחשבה און רעדט שנעל און אומקלאר זייענדיג א גורע חריף.

ער איז א שארפן גוטן קאפ ביי זיינע שלוש סעודות תורהות ווארפט ער צוזאם תורות פון ר' יואל טייטלבוים ביז הרב קוק און קען נאכזאגן ווערטער מיט א מקור אז ער האט דא געליינט היינט אין דער איד אדער אין המודיע. אזוי איז ער באקאנט אלס א פשטן און גאר אינטערסאנטער פארבן רייכער מענטש.