אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קאמוניזם"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
שורה 351: שורה 351:




<div style='text-align: left; direction: ltr; margin-left: 1em;'>
(קוק [[רעדן:קאמוניזם|דא]] פאר'ן שרייבער)
</div>


[[קאַטעגאָריע:דעמאקראטיע]]
[[קאַטעגאָריע:דעמאקראטיע]]

רעוויזיע ביי 02:56, 18 יאַנואַר 2007

קאמוניזם, אין די קורצסטע ווערטער, איז א טעאריע און סיסטעם פון סאציאלע און פאליטישע ארגאניזאציע וועלכע איז געווען א הויפט קראפט אין וועלטליכע פאליטיק פאר רוב יארן אינעם 20'טן יאר-הונדערט. אלס א פאליטישע באוועגונג האט קאמוניזם געזוכט אונטערצואווארפן קאפיטאליזם דורך אן ארבייטערס רעוואלוציע און איינשטעלן א סיסטעם אין וועלכע פראפערטי איז די אייגנשאפט פון א גאנצע באפעלקערונג אינאיינעם אנשטאט אינדיווידועלן.

אין טעאריע האט קאמוניזם געזוכט צו גרינדן א קלאסלאזיגע סאסייאיטי פון צופרידנהייט און פרייהייט אין וועלכע אלע מענטשן געניסן אייניגע סאציאלע און עקאנאמישע סטאטוס. אין פראקטיק האבן אבער קאמוניסטישע רעזשימען גענומען די פארעם פון אויטאריזאציע רעגירונג וועלכע האט זיך ווייניג געקימערט מיט די ארבעטס קלאס און האבן גענומען זייער מאכט אלס א פריאריטעט.

דער קאנצעפט פון א סאסייאיטי מיט אייניגע אייגנשאפט פון פראפערטי און רייכקייט גייט צוריק הונדערטער יארן אבער איז ערשט אדאפטירט געווארן דורך די מאסן ווען אייראפע איז געבלאזן געווארן פון דעם סאציאליסטישן ווינט אינעם 19'טן יאר-הונדערט. אין יענע צייטן איז אייראפע דורכגעגאנגן אן אינדוסטריאלע רעוואלוציע און סאציאלע טויש און די קריטיקירער האבן באשולדיגט קאפיטאליזם פאר'ן אנטוויקלן אן ארימע קלאס, פעקטארי ארבייטער וועלכע זענען געשטעלט געווארן אין שווערע פאזיציעס, און פארן אויסברייטערן די צווישנשייד פון די ארימע און רייכע.

די גרינדער פון מאדערנע קאמוניזם איז פראקלאמירט געווארן דורך א דייטשער פיליזאפער קארל מארקס און זיין פריינט פרידריך ענגלס. ווי אנדערע סאציאליסטן, האבן זיי אויך געזוכט צו ברענגן אן ענדע צו קאפיטאליזם. אבער אנדערש ווי אנדערע וועלכע האבן געזוכט איינצושטעלן סאציאליסטישע סיסטעמען אינעם לאנגן טערמין אויף א פרידליכע וועג, האבן זיי געהאלטן אז דאס וועט נאר קענען פאסירן אויב עס וועט פאסירן אין א פלוצלינגע רעוואלוציע וואס וועט פארלאנגן א שטארקע קראפט און וועט מוזן גיין מיט געוואלד.

כדי צו פראמאטירן זייער געדאנק האבן זיי דאס גערופן סייענטיפישע סאציאליזם אדער קאמוניזם און די צוויי נעמען זענען פארבליבן אייניג באטראכט ביז'ן ענדע פונעם 19'טן יאר-הונדערט. די צוויי האבן דערלעבט צו זען זייער געדאנק אין פראקטיק אין וועלכע אלע אינדוסטריס און פראפערטי זענען געווארן אייניג פארוואלטעט אבער נאך אלץ איז פארבליבן א קלאס אפטיילנדיגע סאסייאיטי פון ארימע און רייכע. דער טערמין פון קאמוניזם האבן זיי רעזערווירט פאר דעם ענדגילטיגן שטאפל אין וועלכע קלאס אפטיילונג איז פארשוואונדן געווארן, מענטשן האבן געלעבט אין רואיגקייט, און דער פארלאנג פאר א רעגירונג איז מער נישט געווען א באדערפעניש.

דער טערמין קאמוניזם איז ערשט געווארן אפיציעל אין 917' ווען וולאדימיר לענין און זיין באלשעוויק פארטיי האבן איבערגענומען די מאכט אין רוסלאנד און האבן נאמינירט זייער באוועגונג אלס די קאמוניסטישע פארטיי און האבן איינגעשטעלט אן איינצעלענע פארטיי רעזשים וועלכע האט געזאלט אומפלימענטירן די סאציאלע פאליסיס פון וועלכע קאמוניזם איז באשטאנען. לענין האט געגרינדעט די יוניאן אוו סאוויעט סאציאליסטישע רעפובליק, באקאנט אלס די יו-עס-עס-אר אדער סאוויעט פאראיין. לענין'ס קאמוניסטישע באוועגונג האט געצילט צו אונטערווארפן קאפיטאליזם איבער גאנץ אייראפע און מאכן סאציאליזם די סאסייאיטי פון דעם צוקונפט.

לענין'ס סוקסעסאר איז געווען דזשאסעף סטאלין וועלכער האט טראנספארמירט רוסלאנד צו א דיקטאטורישאפט פון קאמפלעט רעגירונג קאנטראל אויף די עקאנאמיע און די אונטערדריקונג פון יעדע פארעם פון אפאזיציע.

אלס א רעזלוטאט פון לענין און סטאלינ'ס פאליסיס האט קאמוניזם אנגעהויבן פארלירן שטיצע אבער עס איז שוין געווען צו שפעט פאר די איינוואוינער פון די סאוויעט פאראיין ווייל אויב איינער האט זיך געוואגט צו הייבן זיין קול אין אפאזיציע האט מען אים באלד אפגערוימט פון וועג.

ווען די צווייטע וועלט קריג האט אויסגעבראכן האט סטאלין געזען א געלעגנהייט צו פארשפרייטן קאמוניזם איבער אייראפע ווען אין דער זעלבער צייט האבן די אליאירטע געזוכט דאס צו שטערן. נאך די מלחמה האבן די קאמוניסטישע פארטייען גענומען די מאכט אין כינע, מזרח אייראפע, און אנדערע ראיאנען אין אזיע און יענע תקופה איז שפעטער באצייכענט געווארן אלס די אנהויב פון די קאלטע קריג אין וועלכע די סאוויעט פאראיין און די פאראייניגטע שטאטן און אירע אליאירטע לענדער האבן זיך פארמאסטן פאר פאליטישע און מיליטערישע מאכט. ביידע באוועגונגן האבן געווינען שטיצע לענגאויס דעם וועג און ביז די פריע 80'גער יארן האבן מער ווי א דריטל באפעלקערונג פון די וועלט געוואוינט אונטער קאמוניסטישע הערשאפט.

די קאמוניסטישע רעזשימען האבן זיך געטיילט מיט די הויפט יסודות פון די קאמוניסטישע פרינציפאלן וועלכע האט אפגעווארפן די מעגליכקייט פון פרוואטע פראפערטי און קאפיטאליזם, די דאמינאציע פון עקאנאמישע אקטיוויטעטן, און אבסעלוט קאנטראל פון רעגירונג געפירט דורך איין פארטיי. די קאמוניסטישע רעגירונגן האבן איבערגענומען קאנטראל פון די מידיא, פארבאטן רעליגיעזע באוועגונגן, און אפגעשטילט פאליטישע קעגנערשאפט.

קאמוניסטישע סאסייאיטיס זענען דורכגעגאנגן א דראמאטישע טויש און די שפעטע 80'גער און פריע 90'גער יארן ווען פאליטישע און עקאנאמישע פראבלעמען אין די סאוויעט פאראיין און די באאיינפלוס פון קאפיטאליזם האט געברענגט דער צוזאמענפאל פון סאוויעט רוסלאנד. מיט דעם איז די קאלטע קריג געווען פאראיבער און קאמוניזם האט פארלוירן איר דאמינענץ איבער די וועלט. די איינציגסטע לענדער וועלכע זענען פארבליבן קאמוניסטיש ביז'ן היינטיגן טאג זענען כינע, קובא, לאאס, צפון קארעא, און וויעטנאם. אלע אנדערע קאמוניסטישע לענדער האבן אדאפטירט נייע פאליסיס אין וועלכע זיי האבן איינגעפירט דעמאקראטישע פרינציפאלן און אפערירן מיט מערערע פארטייען. אין די קומענדיגע חלקים וועלן מיר אריינקריכן טיף אין די טעאריע פון קאמוניזם צוריק צו אירע פיליזאפישע ווארצלן און געבן צו פארשטיין וויאזוי דאס איז פראקטיצירט געווארן אין סאוויעט רוסלאנד, כינע, און מזרח אייראפע. מיר וועלן אויך באטראכטן די איינפלוס פון די קאמוניסטישע פארטייען ארום די וועלט און דער צוקונפט פון דעם אידעלאגיע.


ערשטע פארעמען פון קאמוניזם

קארעל מארקס די גרינדער פון מאדערן קאמוניזם

קאמוניסטישע געדאנקן גייט צוריק אסאך פריער ווי ארגינעל אנגענומען. טייל היסטאריקער זאגן אז אזוי וויט צוריק ווי 2,500 יאר האט א גריכישער פיליזאפער מיט'ן נאמען פלאטו געשריבן וועגן אדאפטירן א פאראייניגטע סאסייאיטי וואס אין זיינע אויגן וואלט עס געברענגט שלום אויף די וועלט. זיין געדאנק האט ער פארשריבן אין א בוך אין וועלכע ער לייגט אויס א פלאן אז די סאסייאיטי זאל ערוועלן די געלערנטע מענטשן וועלכע זאלן פירן א רעגירונג אין וועלכע קיינער וועט נישט האבן אייגענע פראפערטי און די ארבעט זאל איינגעטיילט ווערן לויט קאטעגאריעס און געהאלטן אבער קיינער וועט נישט ארבעטן פאר זיך אליינס נאר ענדערש פאר די רעגירונג וואס מיינט, אין אנדערע ווערטער, פאר סאסייאיטי.

זיין געדאנק איז געגאנגן נאך פיל ווייטער אז מענטשן זאלן וואוינען אין באראקן און אויפציען קינדער אינאיינעם אנשטאט באזונדערע פאמיליעס. דער פיליזאפער האט געגלייבט אז ווי מער מענטשן וועלן פראקטיצירן די פאראנטווארטליכקייטן פון לעבן, אלס בעסער וועט דאס זיין פאר שלום ווייל מען וועט נישט גלוסטן אזויפיל און א טובה פאר איינעם וועט מיינען א טובה פאר יעדן.

איבער די נעקסטע 2,000 יאר האבן נאך פיליזאפער געשריבן וועגן אזעלכע געדאנקן אבער קיינמאל האט דאס נישט געברענגט צו גארנישט. רוב פון די פיליזאפער האבן געשריבן אז דער געדאנק וועט זיין אן אלטערנאטיוו צו די סיסטעם פון רעגירונג און קעניגרייך אין יענע צייטן וועלכע איז לויט זיי נישט געווען סיסטעמירט און יושר.

די ערשטע טריט וואס מענטשן האבן גענומען אין א געוויסע פארעם פון קאמוניזם איז געווען די פראנצויזישע רעוואלוציע אין 789' אין וועלכע די רעוואלוציאנירער האבן אראפגעווארפן די מאנארכיע און גענומען די רעגירונג אין די אייגענע האנט. די פראפאגאנדע אונטער די רעוואלוציע איז געווען די אומ'יושר'דיקייט פון קעניגרייך און די אנפירער האבן צוגעזאגט אייניגע רעכט פאר יעדן און אייניגע אייגנשאפט פון פראפערטי און רייכקייט.

די רעוואלוציע איז דורכגעפאלן און די מאנארכיע איז צוריק איינגעשטעלט געווארן און די פירער פון די קאמוניסטישע באוועגונג זענען אומגעברענגט געווארן. אבער קאמוניזם איז נישט געגאנגן שלאפן אין פראנקרייך און פאר די נעקסטע הונדערט יאר האבן מערערע גרופעס פרובירט אויפלעבן די באוועגונג אבער זענען אפגעשטילט געווארן דורך די קעניגרייך. א הויפט פיגור אין קאמוניזם איז געווען א פראנצויזישער מיט'ן נאמען לואיס בלענק וועלכער האט דאקומענטירט א גענויע פראפאזיציע וויאזוי א קאמוניסטישע סיסטעם זאל ארבעטן, גייענדיג ביז'ן לעצטן דעטאל. זיין ארבעט איז שפעטער אדאפטירט געווארן דורך קארל מארקס וועלכער האט גענומען שריט און אלעס וואס איז געווארן פון קאמוניזם איז צו זיין קרעדיט אדער שולד.

בלענק און א צווייטער פיליזאפער מיט'ן נאמען אוגוסטע בלאנקווי האבן געהעצט די מאסן קעגן די פראנצויזישע קעניגרייך און האבן מאבאליזירט א גרופע קאנספיראטירער וועלכע זענען געווען פאראנטווארטליכט צו די צווייטע פראנצויזישע רעוואלוציע (848') אין וועלכע די מאנארכיע איז נאכאמאל באזייטיגט געווארן און די רעוואלוציע האט זיך פארשפרייט צו מערערע ראיאנען אין אייראפע פון וועלכע רוב זענען דורכגעפאלן.

אויסער וואס די צוויי רעוואלוציאנערן זענען דירעקט פאראנטווארטליכט פאר די צוקונפטע קאמוניזם האט היסטאריע זיי אויך געגעבן קרעדיט פאר'ן מאכן היסטאריע פון קעניגרייך וועלכע איז די אייציגסטע טובה וועלכע קאמוניזם האט געברענגט צו די וועלט.

אויסער רעוואלוציאנערן זענען געווען אסאך אנדערע טעאריסטן און פיליזאפער וועלכע האבן קריטיקירט די רעוואלוציאנערן און האבן ענדערש געהאלטן פון א לאנג טערמינענדיגע איבערגאנג צו סאציאליזם. טייל פון זיי האבן געהאט אנדערע געדאנקן ווי די קאמוניסטן אבער די פרינציפאלן זענען שטענדיג געווען די זעלבע אז די אייגנשאפט פון פראפערטי און רייכקייט זאל ווערן צעטיילט מיט יושר און אזוי ארום וועט יעדער לעבן אין פרידן. טייל פון זיי האבן געהאלטן אז די מערסט געלערנטע מענטשן ווי סייענטיסטן, אינדזשענירן, און אינדוסטריאליסטן, זאלן פירן די רעגירונג. די טעאריע איז געווען אז אויב די מענטשן וועלן זיין פאראנטווארטליכט פאר די וואוילזיין פון סאסייאיטי וועלן זיי אויסנוצן זייערע כשרונות צום מאקסימום.

עס איז אויך געווען אזעלכע וואס האבן געהאלטן אז קאמוניזם וועט נישט ארבעטן מיט אזויפיל מענטשן אינאיינעם ווייל מען וועט נישט קענען האלטן קיין קאנטראל. די טעאריסטן האבן פארגעשלאגן אז לענדער און שטעט זאלן צעטיילט ווערן צו גרויסע גרופעס אין וועלכע יעדע וועט האבן אן אייגענע רעגירונג און א סופרים רעגירונג וועט פארזיכערן אז אלעס קלאפט.

עס איז געווען אזעלכע וואס האבן געזוכט אנדערע אלטערנאטיוון צו קאפיטאליזם און טייל האבן דאס אפילו פראקטיצירט אונטער אייגענע פאראנטווארטליכקייט. באקאנט איז א פילאנטראפישער פראדוצירער פון בריטען מיט'ן נאמען ראבערט אווין וועלכער האט פארמאגט א באוול (קאטאן) מיל אין וועלכע עס האבן געארבעט הונדערטער מענטשן. אווין איז געווען ביי דער מיינונג אז עס איז נישט די רעגירונג וואס ברענגט קנאה און שנאה אין סאסייאיטי נאר ענדערש די מענטשן אליינס. ער האט געהאלטן אז אויב די וואוילזיין פון די ארבייטער וועט בעסער ווערן וועט זיין פרידן.

אווין האט דאס געוואלט אליינס פראקטיצירן און האט אויסגעגעבן זיין אייגן געלט צו בויען און פאררעכטן די הייזער פון זיינע ארבייטער, איבערגעארבעט זיין פעקטארי מיט נייע מאשינערי צו געבן מער זיכערהייט און ריינקייט, פרייע שול פאר זייערע קינדער, און עטליכע נאן פראפיט געשעפטן זיי צו סערווירן מיט ביליגע פראדוקטן וועלכע זענען וויכטיג צום לעבן. אווין האט געהאלטן אז די אינטערעסע פון די ארבייטער צו די אינדוסטרי וועט זיי געבן קוראזש צו אינוועסטירן און קויפן קאמאדיטיס (סחורה) און ווען ביזנעס וועט פארברייטערט ווערן וועט אליינס געגרינדעט ווערן סאציאליסטישע סאסייאיטיס געבויט און געפיטערט אויף ביזנעס.

ער איז געגאנגן נאך ווייטער ווען אין 825' האט ער אימיגרירט קיין אמעריקע וואו לאנד איז געווען ביליג און געקויפט א קאלאניע אין די היינטיגע סטעיט אינדיאנא און דאס נאמינירט ניו הארמאני (נייע רואיגקייט און פרידן). אין זיין קאלאניע האט ער איינגעשטעלט זיין סאציאלע סיסטעם מיט טויזענטער מענטשן וועלכע האבן אינאיינעם געארבעט אין די זעלבע אינדוסטרי און געלעבט מיט אייניגע רעכטן. ער איז אבער דורכגעפאלן און נאך דריי יאר איז די קאלאניע בטל געווארן.

דאס האט אים אבער נישט אפגעשטעלט פון גיין ווייטער און ביז דעם לעצטן טאג פון זיין לעבן האט ער ווייטער פראקטיצירט זיין געדאנק און אויך אנדערע האבן אים נאכגעטאן אין אמעריקע, בריטען, און אין פראנקרייך.

ווען מען קוקט צוריק אויף היסטאריע און מען באטראכט די מלחמות און עקאנאמישע פראבלעמען וואס אייראפע האט דורכגעמאכט אין דעם 18'טן און 19'טן יאר-הונדערט קען מען גרינג פארשטיין וויאזוי קאמוניזם האט געקענט געבוירן ווערן אינעם ערשטן פלאץ. מענטשן זענען געווען דערנידערט און דער צוקונפט איז געווען פארטונקעלט. קאפיטאליזם איז געווען צו די עקסטרעם און פאר וועמען עס איז נישט געלונגן צו נעמען א שריט איז געבליבן פארארעמט און דערנידערט.

די וועלט איז דורכגעגאנגן איר גרעסטע טויש אין טויזענטער יארן מיט די אינדוסטריאלע רעוואלוציע און עס איז אויך געווען צייט צו מאכן א טויש אין רעגירונג סיסטעם. מען האט געהאט פארשידענע געדאנקן און עס האט געקאסט אסאך מוט, צייט, און בלוט ביז אויך דאס איז צושטאנד געקומען. אט דאס איז די היסטאריע פון קאמוניזם און טראץ איר דורכפאל וועט אסאך בלייבן צו פארדאנקן פאר אירע גרינדער און קעמפער.

די געדאנקן פון מארקס און ענגעלס

עס זענען געווען די צוויי מענטשן, קארל מארקס און פרידריק ענגעלס, וועלכע האבן אויסגעלייגט די יסודות אויף וועלכע קאמוניזם איז געבויט געווארן אינעם 21'סטן יאר-הונדערט. ביידע זענען געווען געלערנטע דייטשן (מארקס א איד) און האבן געארבעט אלס דזשורנאליסטן און פאליטישע אקטיוויסטן. די צוויי זענען ארומגעגאנגן אין די גרויסע אייראפעאישע שטעט צו פארשפרייטן זייערע קאמוניסטישע געדאנקן און האבן געגרינדעט א קליקע פון נאכפאלגער.

אין 848' האט די קליקע פובליצירט א מעניפעסטאו אין וועלכע די צוויי האבן אפגעווארפן אלע רעפארם פלענער און געגעבן צו עקלערן מיט סייענטיפישע חשבונות פארוואס קאמוניזם וועט זיין אן עקאנאמיע וואס וועט ארבעטן. צווישן זייערע ווערטער איז באקאנט וואס זיי האבן פאראויס געשריבן אז קאמוניזם איז א קראפט פאר זיך אליינס צו וועלכע א רעגירונג קען זיך נישט קעגנשטעלן אויב די איינוואוינער ווילן דאס.

מיט טיפזיניגע ווערטער האבן די צוויי געגעבן צו עקלערן אז די איינציגסטע שוועריקייט צו דאס לעבן אין די היינטיגע סאסייאיטי איז דער פאקט אז עס איז פאראן אזא זאך ווי א קלאס. לויט זיי איז א קלאס אפגעטייטש געווארן אלס א גרופע פון מענטשן אינערהאלב א סאסייאיטי וואס טיילן די זעלבע סאציאלע און עקאנאמישע סטאטוס. קלאס געפעכטן זענען פארגעקומען אין אלע פריערדיגע סאסייאיטיס אין היסטאריע, און אין יעדע פאל איז עס געווען א קליינע גרופע מענטשן וואס האבן קאנטראלירט די פראדוקציע פון די סאסייאיטי, ווי לאנד, מאטריאלן, געצייג און מאשינערי, ארבעט, און געלט. דאס איבעריגע פאלק האט געהאט זייער ווייניג און די איינציגסטע קראפט זייערע איז געווען דער קראפט פון גיין ארבעטן. אבער וויבאלד די רעגירונג האט אויסגענוצט צופיל פון די פרוכט וואס די ארבייטער האבן ארויסגעגעבן האט דאס געמאכט דעם ארבייטער פארלירן זיין חשק צו ארבעטן און פראדוקציע איז דערפאר שטענדיג פארמינערט געווארן.

זיי האבן ערקלערט אז עס איז פאראן א קלאס קאמף צווישן וואס זיי האבן גערופן די בוארגעאואיסטן (קאפיטאליסטן וואס קאנטראלירן די פראדוקציע) און פראלעטאריאטן (די אינדוסטריאלע ארבייטער). אין סאסייאיטי זענען די בוארגעאואיסטן די וואס פארדינען און ווערן רייך פון די פראלעטאריאטן דורך זיי געבן ווייניג געהאלט און האלטן די פראפיטן פון פארקויפן און טעכנאלאגישע אינאוואציעס צו זיך אליינס. זיי האבן באטראכט די נייע מערב וועלט אלס א קאפיטאליסטישע סיסטעם פון ערגסטן סארט אין וועלכע די פראלעטאריאטן וועלן ביי א געוויסן פונקט נוצן סטרייקס, וואלן, און געוואלדטאטן צו אונטערווארפן די בוארגעאואיסטן און עווענטועל ווערן זייערע באלעבאטים און דערנאך וועט זיך דאס צוריק דרייען פארקערט נאכאמאל און נאכאמאל.

אנשטאט האבן זיי פארגעשלאגן א סאסייאיטי אין וועלכע די רעגירונג זאל נישט זיין א הויפט אינסטרומענט. די ארבעט קלאס, וועלכע איז די מאיאריטעט, וועט זיך צוזאמעננעמען און אראפווארפן קאפיטאליזם פון זיך און מיט געוואלד איינשטעלן א צייטווייליגע רעגירונג וועלכע וועט צווינגן יעדן צו אדאפטירן דעם נייעם סיסטעם אין וועלכע יעדער וועט האבן די אייגנשאפט פון פראפערטי אינאיינעם און יעדער מענטש וועט נוצן זיין ארבעט'ס קראפט, וויסנשאפט, אדער אינאוואציע צו געבן פאר סאסייאיטי פון וועלכע יעדער און אויך ער אליינס וועלן הנאה האבן.

לויט זיי האט קאמוניזם געמיינט אז עס זאל עלימינירט ווערן אזא זאך ווי אן ארבייטער און א באלעבאס ווען יעדער וועט זיין אן ארבייטער און א באלעבאס אינאיינעם און העלפן געבן עפעס צו סאסייאיטי. קיינער וועט מער נישט זיין א באשטימטער ארבייטער צו איין זאך און מען וועט קענען טאן עפעס אנדערש דעם אנדערן טאג. מארקס האט מיט זיינע ווערטער פארגעשטעלט: "איך וועלן פאנגן אינדערפרי און כאפן פיש נאכמיטאג אבער איך וועל נאך אלץ נישט ווערן א פאנגער אדער פיש כאפער ווייל אויב וויל איך אנדערש וועל איך אזוי טאן. אלע ארבעט צו די עקאנאמיע וועט זיין וואלונטירנדיגע אקטיוויטעטן וואס יעדער וועט וועלן טאן ווייל מיט דעם וועט ער העלפן זיך אליינס".

זיינע ווערטער זענען ווארים אויפגעכאפט געווארן פון א געפלאגטע סאסייאיטי וועלכע האבן שווער געארבעט און פארדינט ווייניג און האבן אלע ווי איינער געוואלט א טויש. פון זיין קליקע איז געווארן מערערע קליקעס אין ביז די ענדע פון דעם 19'טן יאר-הונדערט איז געווארן דערפון א שטארקע באוועגונג איבער גאנץ אייראפע וועלכע האט זיך גערופן די אינטערנאציאנאלע ארבעטסמענער אסאסיאציע און איז געווען הויפטקווארטירט אין פאריז, פראנקרייך. אין 912' איז א צווייטע באוועגונג געגרינדעט געווארן אין אמעריקע וועלכע האט רעפרעזענטירט די זעלבע קאנצעפט פאר די אמעריקאנער, קאנאדער, און יאפאנעזער. די צוויי גרופעס אינאיינעם האבן פארמאגט איבער 9 מיליאן מיטגלידער וועלכע זענען געווען גרייט אויסצופאלגן סיי וועלכע באפעל די גרינדער און פירער וועלן געבן אנצוהייבן דעם טויש.

אבער די מיטגלידער פון די אזויגערופענע מארקס באוועגונג זענען געווען צעטיילט וויאזוי דער טויש זאל צוגיין. עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן געהאלטן אז דאס דארף קומען מיט א מיליטערישע רעוואלוציע וועלכע זאל אראפווארפן די קאפיטאליסטישע רעגירונג און אומברענגן די וואס שטעלן זיך אנטקעגן. אנדערע האבן דאס אפגעווארפן און געהאלטן אז דאס זאל ענדערש אויסגעארבעט ווערן מיט די קאפיטאליסטישע פירער אין פרידן ווייל מיט אזא מאיאריטעט וועלן זיי סייווי מוזן נאכגעבן. עס זענען אויך געווען אזעלכע וואס האבן געהאלטן מען זאל דערווייל נישט מאכן א דראסטישע טויש נאר ענדערש אדאפטירן סאציאליסטישע פראגראמען אינערהאלב די קאפיטאליסטישע רעגירונגן וואס וועט עווענטועל פירן צו דעם ענדגילטיגן קאמוניסטישן סיסטעם.

די ערשטע לאנד וואו קאמוניזם האט געכאפט איז געווען רוסלאנד, א ריזיגע ארימע לאנד וועלכע איז געווען אין די ערשטע פאזעס פון אדאפטירן די אינדוסטריאלע ארבעט'ס סיסטעם. די קאמוניסטישע נאכפאלגער האבן געפינען פאר וויכטיג דאס אפצוהאלטן באצייטענס און איינשטעלן קאמוניזם אלס א ביישפיל צו אנדערע אייראפעאישע לענדער.


קאמוניזם נעמט איבער רוסלאנד

מארק און ענגעלס האבן געוואלט אז קאמוניזם זאל ערשט אריינקומען אין א מאדערן אנטוויקעלט לאנד ווי דייטשלאנד, פראנקרייך, בריטען, אדער אמעריקע וואו די אור אלטע פודאליזם איז שוין לאנג געווען א פארגאנגנהייט און די אינדוסטריאלע רעוואלוציע איז שוין געווען א טייל פון סאסייאיטי. רוסלאנד איז נאך געווען פרימיטיוו מיט א שוואכע עקאנאמיע און אן אימפעריאלע פאליטישע סיסטעם וועלכע איז געפירט געווארן דורך א צאר (מאנארכיע) און זיין הויף און האט אונטערדרוקט די עטנישע איינוואוינער מיט הויכע שטייערן.

קאפיטאליזם איז דארט געווען אין אירע ערשטע שטאפלן אבער האט זייער שנעל אויפגעכאפט נאכפאלגנדיג אנדערע אייראפעאישע לענדער. אבער אין דער זעלבער צייט האט די קאמוניסטישע באוועגונג אויך באקומען אסאך נאכפאלגער און מען האט געשפירט אז א רעוואלוציע הענגט אין דער לופטן. דער פראגע איז נאר געווען צי קאפיטאליזם וועט איבערנעמען אדער קאמוניזם.

די ערשטע שריט איז נאך צושטאנד געקומען אין 890' ווען א טייל פון די באוועגונג האבן נאכגעפאלגט א טעאריסט מיט'ן נאמען געארגי פלעקהאנאוו און האבן זיך ארויסגעצויגן פון די רוסישע אימפעריע און אנגעהויבן לעבן אויף די פרינציפן פון דעם קאמוניסטישן סיסטעם וועלכע איז פארגעשריבן געווארן דורך מארקס און ענגעל.

אין 898' איז געגרינדעט געווארן א צווייטע באוועגונג וועלכע האט זיך גערופן די רוסישע סאציאלע דעמאקראטיק פארטיי וועלכע האט זיך אנגעשלאסן אין די אינטערנאציאנאלע קאמוניסטישע באוועגונג. עטליכע יאר דערויף האט וולאדימיר לענין, א וויכטיגע פיגור פון די קאמוניסטישע באוועגונג, געשריבן זיין בוך וועלכע ער האט גערופן וואס עס ברויך געטאן ווערן. לענין איז געווען א געריבענער רוס וועלכער האט אויסגעארבעט א פלאן וויאזוי די קאמוניסטן וועלן איבערנעמען די רעגירונג און דערנאך וויאזוי קאמוניזם וועט איינגעשטעלט ווערן. ער האט אויסגעארבעט א פריינשאפט מיט פלעקהאנאוו און באקומען זיין שטיצע.

אבער עס איז נישט געווען דווקא זיינע פארשריבענע פלענער וואס האט געברענגט קאמוניזם ווי דער מזל וואס האט זיך צוגעשפילט דערצו. דער דעמאלטדיגער און לעצטער צאר, ניקאליי דער צווייטער, האט געהאט אסאך שוועריקייטן צו האלטן זיין רעגירונג און ווען די ערשטע וועלט קריג האט אויסגעבראכן און רוסלאנד איז געגאנגן א גאנג האט ער זיך אפגעזאגט פון די רעגירונג וועלכע איז זאפארט צוזאמענגעפאלן און איז צייטווייליג אנגעהאלטן געווארן דורך א פאראייניגטע נאציאנאלע פארלעמענט וועלכע האט אינגאנצן אנגעהאלטן 8 מאנאטן.

די צייטווייליגע רעגירונג האט שוין אויך פארמאגט א גרויסע טייל קאמוניסטן דערין און דאס האט געגעבן א גרינגע האנט פאר לענין אין זיין רעוואלוציאנערע באלשעוויק ארמיי צו פארכאפן די מאכט פון די רעגירונג אין 917' מיט א קאמף וועלכע האט כמעט נישט פארגאסן קיין בלוט.

לענין'ס נייע רעגירונג האט זיך באלד ארויסגעצויגן פון די וועלט קריג דורך פארהאנדלן מיט דייטשלאנד וועלכע האט איר געקאסט אסאך לאנד. אבער לענין האט נישט יעצט אינטרעסירט לאנד נאר סטאביליטעט און האט זיך זאפארט גענומען בויען זיין רעגירונג וועלכע איז באקאנט געווארן אלס די סאוויעט פעדערעיטעד סאציאליסטישע רעפובליק.

די נייע רעגירונג האט באלד געגעבן די קאנטראל פון פירמעס צו די ארבייטער, אייניגע רעכט צו מענער און פרויען, די אפטיילונג פון רעליגיע און שטאאט, און אנגעהויבן ארבעטען אויף פראגראמען וועלכע האט קוראזשירט סייענס, ליטעראטור, און ארט. א פלאן איז אויסגעלייגט געווארן פאר א פרייע העלט קעיר סיסטעם, א פרייע ערציאונג סיסטעם, פענסיעס צו אלע ארבייטער, און האוזינג פאר יעדן אייניג. די רעגירונג איז באטראכט געווארן אלס די רעגירונג צו די מענטשן אין וועלכע קיין איינער, אפילו נישט לענין, האט באקומען באצאלט מער וויפיל א געלערנטער ארבייטער באקומט אין ביזנעס.

אבער די קאמוניסטישע רעגירונג איז נישט געגאנגן געשמירט אין די ערשטע יארן. רוסלאנד איז געווען אן ארים לאנד און סיי לענין און אויך מארקס און ענגעלס האבן געהאלטן אז זי וועט נאר קענען מצליח זיין אויב אויך אנדערע אייראפעאישע לענדער וועלן גיין צו קאמוניזם. דאס האט אבער נישט פאסירט הארט נאך די מלחמה ווען פינלאנד, דייטשלאנד, אונגארן און נאך לענדער האבן געצויגן לינקס. לענין האט שווער געארבעט צו באקומען נאך לענדער און נאר די רוסיש טעריטאריע ארומגענומענע מאנגאליע איז אים געלונגן צו באקומען. אויך פון אינעווייניג האט לענין געהאט אסאך שוועריקייטן ווען א רייע לינקע גרופעס האבן פרובירט זיך קעגנשטעלן די רעגירונג. לענין האט אויסגעליידיגט די רעגירונג פון יעדן פארדעכטיגטן און האט געארדענט זיין רויטע ארמיי צו באקעמפן די קאנטער-רעוואלוציאנערן. ביז 921' איז רוסלאנד געווען אין א פולשטענדיגע ציווילע קריג צווישן די רויטע (קאמוניסטן) און ווייסע (אנטי-קאמוניסטן). לענין'ס רעגירונג האט אין יענע יארן אויפגעשטעלט א געהיימע פאליציי קראפט וועלכע האבן טעראריזירט, ארעסטירט, און אומגעברענגט צענדליגער טויזענטער אפאנענטן.

דורכאויס די קריג האט די קאמוניסטישע רעגירונג ווייטער אנגעהאלטן איר איבערגאנג פון קאפיטאליזם צו קאמוניזם אויף א ברייטן פארנעם. די רעגירונג האט נאציאנאליזירט אלע בענק, אינשורענס פירמעס, רעילראודס, און גרויסע פעקטאריס. אלע פריוואטע קאמערץ איז פארבאטן געווארן און אלע תבואה פון די פארווייטערטע געגענטער איז צוזאמענגעקליבן געווארן צו שפייזן דאס פאלק.

דער עקאנאמישער מצב איז נאר ערגער געווארן מיט יעדע פארבייגייענדיגע מאנאט ווען אינפלאציע איז דראסטיש געשטיגן, פראדוקציע איז פארמינערט געווארן, און מיליאנען שטאטישע איינוואוינער זענען געגאנגן ארבעטן אויף די פעלדער צו קענען בלייבן ביים לעבן. אין דער זעלבער צייט האבן בריטען, די פאראייניגטע שטאטן, איטאליע, דייטשלאנד, און נאך קאפיטאליסטישע לענדער געשיקט הילף צו די אנטי-קאמוניסטן קעמפער און האבן געלייגט עקאנאמישע סאנקציעס איבער רוסלאנד. דאס האט נאכמער פארערגערט דעם מצב און מיט פארמערטע ארימקייט האט אויסגעבראכן פארשידענע קראנקהייטן און מענטשן זענען געשטארבן אין די מאסן. א געשאצטע 7 ביז 8 מיליאן מענטשן האבן פארלוירן זייערע לעבנ'ס אין די צוויליע קריג פון וועלכע איבער 5 מיליאן זענען געווען ציווילע מענטשן.

די קאמוניסטן האבן שטארק געווינען אבער דאס איז געקומען מיט א פרייז. דער עקאנאמישער מצב איז געווען א קאמפלעט קאטאסטראפע און די רעגירונג איז געווען געצווינגן נאכצולאזן פארשידענע קאמוניסטישע פאליסיס צו העלפן צוריק אויפבויען דאס לאנד. די רעגירונג האט אויפגענומען נייע סטראטעגיסטן און פראפעסארן און ביוראקראטיע איז צוריק איינגעשטעלט געווארן. די רעגירונג האט ווייטער אנגעהאלטן פינאנץ, טראנספארטאציע, שווערע אינדוסטרי, און אויסערן האנדל אבער האט צוריק פריוואטיזירט אסאך אנדערע ביזנעסער און האט געלאזט מענטשן מאכן דאמעסטישע ביזנעס. דער ערהוילונג'ס פלאן האט געארבעט און ביז עטליכע יאר האט דאס לאנד אפגעאטעמט פון דעם גרעסטן טייל פון די קאטאסטראפע.

אין מאי 922' האט לענין געליטן פון א סטראוק און איז געווען געצווינגן אויפצוגעבן זיין פאזיציע. דזשאסעף סטאלין, א געטרייער קאמוניסטישער שטיצער וועלכער האט אנגעהאלטן פארשידענע רעגירונג'ס פאזיציעס, איז אריינגעשטעלט געווארן אלס דעפיוטי צו איבערנעמען די לייצעס. סטאלין האט באלד איבערגענומען די רעגירונג מיט א שטארקייט און נאך יענעם דעצעמבער האט די רעגירונג פארברייטערט די קאמוניסטישע סיסטעם צו א סאך הכל פון 15 רעפובליקס אין און ארום רוסלאנד וועלכע איז יעצט געווארן א נייע פעדעראציע באקאנט אלס די יוניאן אוו סאוויעט סאציאליסט רעפובליקס אדער יו-עס-עס-אר. די גרויסע רעפובליקס צווישן זיי איז געווען אוקריינע, בעלארוסיען (היינט בעלארוס), און טרענסקאקעסיען (היינט דזשארדזשיע, ארמעיניע, און אזערבעיזשאן).

רוסלאנד אונטער סטאלין

סטאלין איז געווען א שטארקער פירער פון די ערשטע מינוט וואס ער האט אריינגעטרעטן אין אפיס און זיינע ארומיגע האבן געציטערט פון אים. סטאלין האט פארשפראכן צו מאכן קאמוניזם א סוקסעס נאכדעם וואס די רוסישע עקאנאמיע איז שוין געווען צוריק צו סטאביליטעט נאכפאלגנדיג די ציווילע קריג.

סטאלין האט געברענגט א מעסעדזש מיט זיך וועלכע איז געווען אין קאנטראסט צו דעם ארגינעלן קאמוניזם קאנצעפט וואס קארל מארקס האט פארגעשריבן. לויט מארקס וואלט רוסלאנד אליינס נישט געקענט מצליח זיין אלס א קאמוניסטישע שטאאט נאר אויב די רייכע און מאכטפולע לענדער, ווי פראנקרייך, דייטשלאנד, און בריטען וועלן אויך ווערן קאמוניסטיש. סטאלין האט אדאפטירט אן איין לאנד סאציאליזם און געזאגט אז די יו-עס-עס-אר איז נישט אנגעהאנגן אויף אנדערע לענדער און וועט נישט פארברענגן צייט דערויף נאר ליבערשט ארבעטן אויף א מאדעל סיסטעם וועלכע אנדערע לענדער וועלן נאכפאלגן.

די רעגירונג אונטער סטאלין האט באלד אנגעהויבן בויען הונדערטער פעקטאריס וועלכע האבן פראדוצירט מאשינערי געצייג, אויטאמאבילן, מאטארן, עירקרעפט, דזשענערעיטארס, כעמיקאלן, אייזן, קוילן, און אויל. אבער סטאלינ'ס צוגאנג צו קאמוניזם איז געווען אנדערש ווי לענין וועלכער האט זיך באטראכט אלס א מעסיגער. סטאלין האט גענוצט די פולע מאט פון די רעגירונג פאר דעם קאמוניזם איבערטויש און האט געארדענט די ארעסטן פון צענדליגער טויזענטער וועלכע האבן געהאט אנדערע מיינונגן. די ארבעט איז געטאן געווארן דורך א פריש געגרינדעטע פאליציי כוח וועלכע האט זיך גערופן די עם-קעי-ווי-די. די ארעסטירטע זענען געפייניגט געווארן און הינריכטעט געווארן אין פובליק אן באקומען א געהעריגע משפט און אסאך אנדערע זענען פארשיקט געווארן צו ארבעט'ס לאגערן אין סיביר.

עס ווערט געשאצט אז איבער 10 מיליאן מענטשן זענען ארעסטירט און פאראורטיילט געווארן צו פארשידענע שטראפן דורכאויס די סטאלין הערשאפט נאר צוליב זייער קעגנערשאפט צו קאמוניזם. די ספעציעלע פאליציי כוח האט דירעקט געצילט געלערנטע מענטשן (סייענטיסטן, ארטיסטן, שרייבער, און שפילער) וועלכע האבן געהאט איינפלוס וואס האט געקענט זיין א שטער צו קאמוניזם.

ווי געזאגט האט סטאלין נישט געשטרעבט פאר א קאמוניסטשע אויסערן פאליסי נאר האט זיך פארנומען מיט'ן שטארקן די סאוויעט יוניאן גרעניצן צו פארזיכערן רוסלאנד פון צוקונפטע מלחמות איבער קאמוניזם. אבער סטאלין האט קיינמאל נישט אפגעווארפן געלעגנהייטן פון וועלכע די סאוויעט יוניאן האט געקענט פארדינען. דער פאליסי האט געברענגט די דייטשע-סאוויעט "נאן אגרעשן פאקט" אין וועלכע די צוויי לענדער האבן געשוואוירן פריינטשאפט אריינגייענדיג אין די צווייטע וועלט קריג. דער פאקט איז פארשטייט זיך איבערגעריסן געווארן אין 941' ווען נאצי דייטשלאנד האט אינוואדירט רוסלאנד און איר אריינגעשלעפט אין די צווייטע וועלט קריג וועלכע האט געפירט רוסלאנד זיך אנצושליסן מיט די אליאירטע לענדער וועלכע האבן אינאיינעם עווענטועל באזיגט נאצי דייטשלאנד.

די צווייטע וועלט קריג האט געקאסט רוסלאנד זייער א טייערע פרייז ווען א געשאצטע 30 מיליאן מענטשן האבן פארלוירן זייערע לעבנ'ס און א גרויס חלק אינפראסטרוקטור איז פארניכטעט געווארן אינאיינעם מיט היסטארישע געביידעס וועלכע די רוסישע פאלק האט געשעצט. סטאלין איז געווען א קאלטע בריאה אבער אויך אים האט די מלחמה בארירט און ער האט אסאך געטוישט זיין פאליסי לגבי רוסלאנד'ס היסטאריע און אסאך גרופעס, אריינגערעכנט אידישע, וואס זענען ליקווידירט געווארן בעפאר די קריג האבן באקומען איינזעעניש אין די נאך-מלחמה סטאלין רעגירונג.

נאך סטאלין: קרוטשעוו און ברעזנעוו

סטאלין'ס טויט אין 953' האט געברענגט א שווערע קאנטעסט צווישן די רוסישע פירער און דער געווינער איז געווען ניקיטע קרוטשעוו וועלכער איז געווען הויפט פון די קאמוניסטישע פארטיי אין מאסקאווע און אין אוקריינע. עס האט אים געדויערט 4 יאר ווילאנג ער האט גענצליך איבערגענומען די מאכט און א יאר דערויף איז ער אויך געווארן פרעמיער מיניסטער פון סאוויעט רוסלאנד.

קרוטשעוו איז אין פאקט געווען א געטרייער לוטענענט פון סטאלין אבער איינמאל ער האט איבערגענומען די פירערשאפט האט ער ברייט אראפגעריסן סטאלין'ס דיקטאטורישאפט ווועלכע איז באקאנט געווארן אלס די דע-סטאליניזאציע תקופה. הונדערטער טויזענטער ארעסטאנטן זענען ארויסגעלאזט געווארן פון טורמע און מיליאנען אנדערע האבן באקומען לייכטערע שטראפן ווי ארגינעל פאראורטיילט. קרוטשעוו האט קלאר געמאכט אז די סאוויעט יוניאן איז א שטאאט פאר יעדן און מער נישט קיין דיקטאטורישאפט.

אבער די די-סטאליניזאציע האט אינגאנצן נישט געמיינט א די-קאמוניזימאציע אין קרוטשעוו'ס אויגן. זיין רעגירונג האט גענוצט די אנטי סטאלין באוועגונג אלס א ציל צו הייבן די גייסט פון קאמוניזם און דאס האט זייער גוט געארבעט ווען דאס פאלק האט מיטגעשפילט און זיך פרובירט פארגלייכן מיט די ערייכונגן פון אמעריקע. רוסישע אנאליסטן האבן פאראויס געזאגט אז רוסלאנד וועט זיין אייניג ווי די אמעריקאנער לעבנ'ס סטיל ביז די 80'גער יארן און דאס האט געשטופט יונגע רוסישע סטודענטן צו פילע ערייכונגן אין טעכנאלאגיע אין סייענס, אריינגערעכנט די ספעיס פראגראם אין וועלכע רוסלאנד איז געווען מער פארגעשריטן ווי אמעריקע אין די ערשטע יארן.

קרוטשעוו האט טאקע דעליווערט וואס ער האט צוגעזאגט, אבער זיין רעגירונג איז געווען די וואס האבן געצאלט דעם פרייז. קרוטשעוו איז באקאנט געווען מיט זיינע טיפע רעגירונג אויפשאקלונגן וועלכע ער האט עטליכע מאל איבערגעטאן ביז ער איז געבליבן דער איינציגסטער אפיציעל וואס איז פארבליבן מיט זיין ארגינעלע פאסטן זינט ער איז געווארן פארטיי סעקרעטאר. דאס האט געפירט ליאניד ברעזנעוו צו ברענגן קאנספיראציע'ס איבער די רעגירונג און צעביסלעך האט ער איבערגעצייגט די קאמוניסטישע פארטיי פירער צו באזייטיגן קרוטשעוו און ער האט איבערגענומען זיין ארט. דאס איז געווען אין 964' ווען קרוטשעוו איז געצווינגן געווארן צו רעטייערמענט און ברעזנעוו אינאיינעם מיט א געלערנטער עקאנאמישע אדמיניסטראטער האבן איבערגענומען די לייצעס פון די רעגירונג וועלכע איז געשטאנען אין אירע בעסטע יארן זינט די צווייטע וועלט קריג.

מיט די אריינטרעטונג פון ברעזנעוו האט זיך געענדיגט די די-סטאליניזאציע תקופה און די רעגירונג האט ווידער אנגעהויבן ארעסטירן טויזענטער און פארבאטן אנצוגיין מיט אנטי סטאלין באוועגונגן. די קאמוניסטישע פאליציי איז געווארן די וועלט באוואוסטע קעי-דזשי-בי וועלכע האט זיך אפגעגעבן מיט'ן פארשן און פייניגן די אנטי קאמוניסטן און רעגירונג שפעקולירער. אסאך אנגעזעענע שרייבער און פארטיי פירער זענען פארטריבן געווארן פון לאנד אדער אריינגעשליידערט געווארן אין טורמע.

דאס געלט וואס רוסלאנד האט פארמאגט איז פארנוצט געווארן פאר מיליטערישע עריייכונגן ווען די קאלטע קריג איז שוין געווען אין פולן שוואונג. דאס האט אריינגעפירט רוסלאנד'ס עקאנאמיע אין טיפן אפגרונד און דער עווענטועלער צוזאמענפאל פון די סאוויט יוניאן איז געווען דער רעזולטאט. די סאוויעט יוניאן האט פשוט נישט געקענט קאנקורירן מיט די פאראייניגטע שטאטן וועלכע האט גענאסן פון א געזונטע עקאנאמיע ווען אין דער זעלבער צייט זענען די רוסישע געגאנגן הונגעריג. די שטיצע פאר קאמוניזם האט אנגעהויבן פארלירן איר מאמענטום און דערצו איז ברעזנעוו קראנק געווארן און די רעגירונג האט פארפעלט צו ראטעווען דעם מצב.


גורבאטשאוו'ס רעפארמען און דער סאוויעט צוזאמענפאל

גורבאטשאוו (ל) באשולדיגט יעלצין (ר) פאר אינטערווארפן זיין רעגירונג

ברעזנעוו איז געשטארבן אין 982' און צוויי פון זיינע נאנטע געהילפן האבן איבערגענומען די רעגירונג פאר די נעקסטע עטליכע יאר. איינע פון די צוויי איז געשטארבן אין 85' און די קאמוניסט פארטיי האט ערוועלט מיכאעל גורבאטשאוו אלס גענעראל סעקרעטאר פון די פארטיי. גורבאטשאוו איז געווען אן אדוואקאט וועלכער האט זיך ארויפגעארבעט אינערהאלב די קאמוניסטישע פארטיי אלס א יונגער (ער איז געווען 54 יאר אלט) ענערגישער פירער. זיין אנהויב איז געווען שוואך אבער מיט דער צייט האט ער זיך ארויסגעשטעלט אלס דער גרעסטער רעפארמירער אין סאוויעט רוסלאנד און, אין קאנטראסט צו זיין כוונה, דער ארכיטעקט פון איר פארניכטונג.

גורבאטשאוו'ס כוונה איז געווען ברענגן דיציפלין און מאדערניזירן דעם קאמוניסטישן סיסטעם. ער האט גענוצט פאליסיס וועלכע לענין האט ארגינעל פארגעלייגט אבער איז קיינמאל נישט איינגעשטעלט געווארן. דאס האט אריינגערעכנט א רעגירונג טיילווייזע באזייטיגונג פון אויסער'ן האנדל און אינוועסטמענט און האט אויך רעדוצירט די צענטראלע קאנטראל איבער די רעגירונג קאנטראלירטע פירמעס.

אויסער זיינע רעפארמען איבער די קאמוניסטישע ווארצלן האט גורבאטשאוו אויך געברענגט א רייע פאליטישע און סאציאלע רעפארמען וועלכע האט רעדוצירט די צענזור פון די מידיא און געלאזט פארשידענע ארגאניזאציעס זיך פארמירן צו ברענגן סאציאלע סערוויסעס צום פאלק. איבער אלעם האט ער רעפארמירט די עלעקטאראל סיסטעם ווען ער האט פארגעלייגט א מולטי-קאנדידאט עלעקציע סיסטעם צום ערשטן מאל זינט 920'. דאס האט געפירט צו די גרינדונג פון פארשידענע נישט קאמוניסטישע פארטייען וועלכע האבן פארגעלייגט זייערע קאנדידאטן צו די 990' וואלן.

די נייע פארטייען האבן באלד אנגעהויבן פארלאנגן א טראנספער פון מאכט פון די צענטראלע רעגירונג צו די לאקאלע רעגירונגן. נייע באוועגונגן האבן אנגעהויבן פארלאנגן מערב סטיל סאסייאיטי און קיינער איז נישט אפגעשטילט געווארן פון הייבן זיין קול. אין דער זעלבער צייט האבן גורבאטשאוו'ס עקאנאמישע פאליסיס נישט געארבעט און דאס האט געפירט צו גרויסע אנטי-קאמוניסטישע באוועגונגן, ספעציעל אין די סאוויעט געצווינגענע טעריטאריעס ווי עסטאניע, לאטוויע, און ליטהואנאיא.

די פלוצלינגע צעמישעניש האט געפירט א גרופע הארטנעקיגע קאמוניסטישע פארטיי פירער אינאיינעם מיט די מיליטער און קעי-דזשי-בי צו א געפלאנטע אקציע אין וועלכע זיי האבן געזאלט באזייטיגן די אויטאריטעט פון גורבאטשאוו און צוריק אריינשטעלן קאמוניזם אין אירע רעלסן. אבער דאס האט געפירט צו דעם מכה בפטיש ווען עס איז דורכגעפאלן ביז צוויי טעג צוליב די שווערע דעמאנסטראציע פון די נייע רוסישע רעפובליק פארטיי אונטער די פירערשאפט פון באריס יעלצין וועלכע האבן פארנומען די גאסן פון מאסקעווע און געשטערט דעם פלאן. גורבאטשאוו האט פארלוירן אויטאריטעט און האט באלד רעזיגנירט אלס סעקרעטאר פון די קאמוניסטישע פארטיי. ביז עטליכע טעג איז די קאמוניסטישע פארטיי צוזאמענגעפאלן און אלע סאוויעט רעפובליקס (אוקריינע בולארעס, און רוסלאנד זעלבסט) האבן געמאלדן זייער זעלבסשטענדיקייט פון סאוויעט רוסלאנד.

אום דעצעמבער דעם 25'סטן 991' האט גורבאטשאוו רעזיגנירט פון זיין פרעזידענטשאפט און דערמיט איז די לאנג יעריגע סאוויעט יוניאן צוזאמענגעפאלן און געווארן היסטאריע.

קאמוניזם אין כינע

די וועלט'ס באוואוינטסטע לאנד איז געקומען אונטער קאמוניסטישע הערשאפט אין 949' נאכדעם וואס דאס לאנד איז דורכגעגאנגן צענדליגער יארן פון פאליטישע קאנפליקטן און אומסטאביליקייט וועלכע האט זיך אנגעהויבן הארט נאך די ערשטע וועלט מלחמה ווען די מערב וועלט האט אונטערגעשריבן די היסטארישע טריטי אוו ווערסעילס אין פראנקרייך וועלכע האט געענדיגט די ערשטע וועלט קריג מיט די קאפוטילאציע פון די דייטשע אימפעריע. אין דעם אפמאך האבן פילע לענדער נאכגעגעבן לאנד איינע פאר די צווייטע און די אליאירטע האבן געצווינגן כינע אויפצוגעבן די שטאט שענדאנג צו יאפאן וועלכע האט געהאט א לאנג יעריגע קריגעריי איבער די טעריטאריע. די כינעזער סטודענטן זענען געווען זייער ברוגז אויף די אליאירטע און האבן געהאלטן אז מען האט אויסגעשפילט כינע וועלכע איז געווען א מיטגלידער אין די אליאירטע ארמייען. דאס האט געפירט צו היציגע דעמאנסטראציעס אין וועלכע מען האט קריטיקירט די מערב וועלט און געזוכט אן אנדערע רעגירונג סטיל. אין 921' האבן צוויי אוניווערסיטי פראפעסארן געגרינדעט די קאמוניסטישע פארטיי אין די שטאט שאנכאי און צווישן זייערע נאכפאלגער איז געווען דער יונגער מעא זעדאנג, דער זון פון אן ארימע פארמער.

כינע האט אין יענע יארן נישט געהאט קיין סטאבילע רעגירונג און די פראווינצן און טעריטאריעס זענען געפירט געווארן דורך לאקאלע מלחמה לארדן. ווען די קאמוניסטישע פארטיי האט אנגעהויבן געווינען שטיצע אינערהאלב כינע האבן אנדערע גרופעס, און ספעציעל די קאמינטאנג פארטיי, דאס פרובירט שטערן און עס האט אויסגעבראכן א שטיקל מלחמה אין וועלכע די פרא-קאמוניסטן זענען געמארדעט געווארן און פארטריבן געווארן פון די גרויסע שטעט.

דער יונגער מעא איז דאן אויפגעקומען מיט א פלאן אין וועלכע די קאמוניסטישע פארטיי האט אנגעהויבן אינשטעלן דעם קאמוניסטישן מאדעל אין די פארווייטערטע שטעטלעך וואו עס האבן געוואוינט די ארימע פארמער און האבן גרינג צוגעשטימט דערצו. ביז א שטיק צייט האט די פארטיי דעקלערט זעלבסטשטענדיקייט אלס די דזשיאנגקסי סאוויעט רעפובליק וועלכע האט אויך געהאט אן ארמיי, באקאנט אלס די רויטע ארמיי.

ווי נאר מעא האט דעקלערט זעלבסשטענדיקייט האט די קאמינטאנג ארמיי מארשירט צו די קאמוניסטישע טעריטאריעס און עס האט אויסגעבראכן א מלחמה. אין אנפאנג האבן די קאמוניסטן געהאט די אויבערהאנט אבער ביז עטליכע וואכן האט די קאמינטאנג ארמיי ארומגערינגעלט דזשיאנגקסי און די קאמוניסטן זענען געווען געצווינגן צו אנטלויפן. מעא האט דאן געהאט אן ארמיי פון 80,000 מענער וועלכע האבן אים נאכגעפאלגט אריין אין גלות זוכנדיג א נייעם ארט וואו צו לאנדן. דאס איז געווען א מארש פון איבער א יאר ביז די רויטע ארמיי איז אנגעקומען אין שאנקסי פראווינץ אין צפון צענטראל כינע. אבער די לאנגע וועג פון איבער א יאר איז געווען באגלייט פון פייער פון די קאמינטאנג און פארשידענע מחלות וועלכע זענען פארשפרייט געווארן און אומגעברענגט צענדליגער טויזענטער. ביי דער צייט מעא האט דעגרייכט שאנקסי האט זיין ארמיי נאר פארמאגט 8,000 מיטגלידער.

דערנאך האט נאכגעפאלגט די מלחמות צווישן כינע און יאפאן אין וועלכע די קאמוניסטן האבן געהאלפן די קאמינטאנג קעמפן די יאפאנעזער אבער זענען געבליבן פאליטיש נישט איינגעשטימט און די קריגערייען האבן צוריק אויסגעבראכן ווען די קאמפן זענען געווען פאראיבער אין 945'. די רויטע ארמיי האט זיך אויסגעצייכנט צו זיין די מערסט געשולטע ארמיי קעגן יאפאן וועלכע איז פארטריבן געווארן אונטער דרוק ווען זי האט געקעמפט א צווייטע פראנט מיט אמעריקע אויפ'ן פאסיפיק.

מיט די ענדע פון די צווייטע וועלט קריג האט די קאנפליקט צווישן די קאמוניסטישע פארטיי און די קאמינטאנג אויפגעפלאצט און די קאמוניסטן האבן אנגעהויבן געווינען שטיצע ביי אלע ארימע פארמער וועלכע האבן געהאלפן קעמפן קעגן די קאמינטאנג. ביז 4 יאר איז די קאמינטאנג געווען באזיגט און מעא האט שטאלץ דעקלערט אז כינע האט געגרינדעט א נייע מענטש'נס רעפובליק אוו כינע. די קאמינטאנג כוחות האבן געמאכט פליטה פון כינע און זיך באזעצט אויפ'ן טייוואנער אינזל און זיך דעקלערט א זעלבסשטענדיגע לאנד מיט'ן נאמען טייוואן.


כינע אונטע מעא

מעא האט געהערשט אלס כינע'ס קאמוניסטישע פירער פון 949' ביז זיין טויט אין 76'. ווי נאר ער האט אריינגעטרעטן אין אפיס האט ער אונטערגעשריבן א פריינטשאפט אפמאך מיט סאוויעט רוסלאנד און איז פארבליבן געטריי צו די סאוויעטן ביז נאך סטאלינ'ס טויט ווען דער נייער קאמוניסטישער פירער קראטשאוו האט אנגעהויבן די די-סטאליניזאציע.

מעא האט אין אויפברויז באשולדיגט רוסלאנד פאר'ן לאזן אונטערגיין קאמוניזם און פארשיקט אלע סאוויעטישע ראאטגעבער פון כינע און אנגעהויבן ארבעטן אויף א נייע מאדעל קאמוניזם מיט וועלכע ער האט זיך געגרויסט אלס די זעלבסטשטענדיגע קאמוניסטישע לאנד. מעא האט נאכגעפאלגט סטאלינ'ס פאליסיס אבער האט אויך אימפלימענטירט סיסטעמען געבויט דירעקט אויף קארל מארק'ס טעאריעס.

אין 56' האט מעא געעפענט א פראגראם אין וועלכע זיין רעגירונג האט איינגעלאדענט אלע אינטעלעקטועל (געלערנטע) צו קומען זאגן געדאנקן וואס זיי האלטן איבער די קאמוניסטישע רעגירונג. מעא האט פארקויפט אז מיט'ן הערן די קריטיק וועט ער קענען אויסארבעטן דעם סיסטעם פאר'ן צוקונפט. ווען אלע באריכטן זענען געווען פארטיג האט מעא זיך געטראפן מיט צופיל קריטיק איבער די רעגירונג און אויף אים זעלבסט. מעא האט שטיל געמאכט זיינע קריטיק דורך אפזאגן פון זייערע שטעלעס, ארעסטן, און פארטרייבן פון לאנד.

מעא איז געווען באקאנט אז ער האט אויסגעארבעט זיינע באשליסונגן אליינס און דאס פרובירט אויפ'ן חשבון פון דאס פאלק. א ביישפיל איז געווען א פלאן פון זיין רעגירונג צו פראדוצירן ארגיקולטור אויפ'ן מאקסימום אויף וועלכע מעא האט פארגעזאגט אז דאס וועט לאזן כינע פראדוצירן אזויפיל ארגיקולטור ווי בריטען ביז 15 יאר. די רעגירונג האט געצווינגן צענדליגער מיליאנען צו גיין ארבעטן אין די פעלדער און כמעט יעדע הויז איז געווען פארמישט אין די פראדוקציע אויף פארשידענע וועגן.

דער פראגראם איז שפעטער באקאנט געווארן אלס די "גרעיט ליפ פארווערד" וועלכע האט עווענטועל געברענגט א צוזאמענפאל פון כינע'ס עקאנאמיע און גרויסע נארטוליכע קאטאסטראפעס וועלכע האבן אומגעברענגט מיליאנען דורכאויס צענדליגער יארן. א דריטל פון כינע'ס וועלדער זענען אויסגעהאקט געווארן פאר די פראדוקציע פון האלץ און דאס האט ארויפגעברענגט די וואסער שטאפלן און געברענגט פארפלייצונגן אין די גרויסע שטעט (געוואוקסן נוצן אויס אסאך וואסער און אויב זיי ווערן עלימינירט פליסט אריין צופיל רעגן וואסער אין די טייכן).

די פראבלעמען האבן געברענגט פרישע באוועגונגן קעגן קאמוניזם און האט דעגרייכט איר קלימאקס אין 66' ווען מעא האט געשפירט אז זיין אייגענע רעגירונג האט פלענער צו אדאפטירן נייע דעמאקראטישע פאליסיס. מעא האט דאן געארדענט זיין מיליטער צו שטערן די בייזוויליגע פלענער קעגן קאמוניזם און געגרינדעט א פראגראם, וועלכע איז גערופן געווארן די גרויסע קולטוראלע רעוואלוציע, אין וועלכע א ספעציעלע אפטיילונג פון די מיליטער אונטער'ן נאמען די רויטע וועכטער האבן געפייניגט סייענטיסטן און פארשלאסן שולעס, צוברענכדיג די אייגענע עקאנאמיע נאר כדי צו שטערן דעמאקראטיע. דער מצב איז געווארן אזוי שלעכט אז אין 67' האט די רעגירונג געמוזט אריינשיקן די מיליטער צו האלטן ארדענונג אין לאנד צוליב די גרויסע מאס פארברעכנס וואס די ארימקייט האט געברענגט.

א טויש אין כינע איז אנגעקומען אין די פריע 70'גער יארן ווען מעא אליינס האט איינגעזען אז ער איז באגאנגן גרויסע טעותים און האט צוריק גערופן אפיציעלן וועלכע ער האט יארן פריער ארויסגעווארפן. די רעגירונג האט אנגעהויבן נאכלאזן אין פארשידענע הינזיכטן און די וועלט האט דאס אויפגענומען מיט גרויס צופרידנהייט און אלס רעזולטאט האט כינע געווינען איר זיץ אין די יו-ען וועלכע איז געווען אונטער פראגע אויב טייוואן זאל דאס באקומען אלס די ריכטיגע כינעזער. אין 72' האט אמעריקע'ס פרעזידענט ריטשארד ניקסאן באזוכט כינע און אונטערגעשריבן די שאנכאי קאמיוניק אין וועלכע די פאראייניגטע שטאטן האט נארמאליזירט באציאונגן מיט כינע און איר פארזיכערט אז איר קאנפליקט מיט טייוואן וועט געלעזט ווערן אן קריג.

די הארטנעקיגע קאמוניסטן האט דאס נישט געפאלן און מעא איז שוין געווען צו אלט אין שוואך דאס צו שטערן. אין די לעצטע פאזע האבן א גרופע קאמוניסטישע פארטיי פירער פרובירט ארויפציען א סקאנדאל אויף די צוריק גערופענע מיניסטארן אבער בעפאר זיי האבן געהאט א שאנס צו גיין פובליק איז מעא געשטארבן אין עלטער פון 82 יאר.


כינע נאך מעא

מעא האט געהאט באשטימט זיין נאכפאלגער בעפאר ער איז געשטארבן אבער מיט זיין טויט האט זיך אלעס געטוישט און דער נייער פירער האט פארפעלט צו נעמען אויטאריטעט און די מער מעסיגע מיניסטארן האבן געפירט די מערכה און עלימינירט די קאמוניסטישע עקסטרימיסטן וועלכע האבן זיך גרופירט אונטער מעא'ס פרוי.

אין די רעגירונג איז געווען א מיניסטער מיט'ן נאמען דענג עקסזיאפינג וועלכער האט איבערגענומען די לייצעס פון די רעגירונג און צום צווייטן מאל געלאזט קריטיקירער קומען געבן זייערע מיינונגן אויף די קאמוניסטישע פארטיי. אבער אויך די צווייטע פרואוו איז דורכגעפאלן ווען די קריטיק איז געווען צופיל פאר די רעגירונג און דער פראגראם איז פארשלאסן געווארן און די גרעסטע קריטיקירער זענען ארעסטירט געווארן. דענג האט אבער באוויזן צו ראטעווען דאס לאנד'ס עקאנאמיע פון אונטערגאנג און איז קרעדיטירט געווארן פאר'ן צוזאמענהאלטן דאס פאלק און פאררעכטן דאס בילד פון די קאמוניסטישע פארטיי וועלכע איז באשמיצט געווארן נאך די גרעיט ליפ פארווערד דורכפאל און קאטאסטראפע.

דענג איז געווען פון די יונגע אין די רעגירונג אבער האט שטענדיג געוואונען איבער די עלטערע מיניסטארן און געהאלפן אריינברענגן נייע יונגע מיניסטארן וועלכע האבן מיטגעברענגט מיט זיך רעפארם פאליסיס וועלכע האט נאר געקענט אדאפטירט ווערן מיט דענג'ס צושטימונג און באמיאונג. א וויכטיגע טויש אין כינע האט זיך אנגעהויבן אין די 80'גער יארן ווען די רעגירונג האט איינגעזען אז מיט די ארגינעלע קאמוניסטישע סיסטעם וועט מען אין ערגעץ נישט אנקומען. אלס רעזולטאט האט די רעגירונג איינגעשטעלט פינאנציעלע זאנעס אין וועלכע אינטערנאציאנאלע אינוועסטירער זענען איינגעלאדענט געווארן צו מאכן ביזנעס. די ארגיקולטור סיסטעם איז ארויס פון די רעגירונג'ס הענט און איבערגעגעבן געווארן צו די פארמער וועלכע האבן געעפענט א פרייע מארקעט און אסאך רעגירונג פעקטאריס זענען צום ערשטן מאל ערלויבט געווארן צו נוצן זייערע פראפיטן פאר נייע אינוועסטמענט אנשטאט דאס געבן פאר די רעגירונג.

די רעזולטאטן זענען געקומען זייער שנעל און כינע'ס עקאנאמיע האט אנגעהויבן וואקסן שנעלער ווי סיי וועלכע לאנד און האט דעגרייכט קלימאקס אין 97' ווען האנג קאנג איז צוריק געגעבן געווארן צו כינע דורך בריטען און האט געדינגט אלס א הויפט אינטערנאציאנאלע האנדל'ס לאנד וועלכע איז יעצט געווען אונטער כינעזער הערשאפט. אבער די כינעזער רעגירונג האט נישט פרובירט איינשטעלן אירע פאליסיס אין האנג קאנג און ביז'ן היינטיגן טאג געניסט דאס אינזל פון פרייהייט וועלכע די כינעזער איינוואוינער האבן נישט.

דענג האט פארזיכערט די כינעזער פאלק אז די גוטע יארן זענען אויפ'ן וועג און כינע וועט זיין דער מאדעל פון א מארדערניזירטע קאמוניזם וועלכע איז אויסגעוואקסן דעם ארגינעלן טעאריע פון קאמוניזם. די וועלט איז געווען זייער צופרידן אבער האט געהאט א פארדאכט אז דאס איז נאר צייטווייליג און איינמאל כינע'ס עקאנאמיע וועט זיין געראטעוועט וועלן די קאמוניסטן צוריק באקומען זייער איינפלוס און די נייע רעכטן וועלן באזייטיגט ווערן. דענג איז געשטארבן אין 97' און זיין נאכפאלגער, פרעזידענט דזשיאנג זעמין, האט גאר פארגרעסערט די רעפארם פאליסיס און האט אפילו געלאזט רעגירונג ביזנעסער זיך פריוואטיזירן אויף א געוויסע פראצענט, ספעציעל די וואס זענען געווען אויף צרות אדער האבן נישט געברענגט קיין רעזולטאטן. דער פאליסי איז געווען אין דירעקטע קאנסטראסט צו דענג אבער האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין איינע פון די בעסטע באשלוסן פון די כינעזער רעגירונג וועלכע עסט די פירות ביז'ן היינטיגן טאג.

כינע איז זינט די 90'גער יארן פארבליבן א קאמוניסטישע שטאאט מיט א טיפע רעפארם פאליסי אין איר עקאנאמישן אפטיילונג. די איינציגסטע טייל פון די רעגירונג וואס איז פארבליבן הונדערט פראצענט קאמוניסטיש איז די פאליטישע סיסטעם. די קאמוניסטן האבן די אויבערהאנט אין זענען נוטה צו דעמאקראטיע נאר ווען עס קומט צו געלט און דערמיט האט כינע געווינען די צוטרוי פון די דעמאקראטישע וועלט כאטש אין רעאליטעט איז איר פאליטישע סיסטעם א קאמוניסטישע סיסטעם אין שורש און ווער עס פרובירט זיך קעגנשטעלן ווערט עלימינירט ווי אין סטאלין רוסלאנד.


קאמוניזם אין מזרח אייראפע

אויסער כינע, האט קאמוניזם אריינגעדרינגן מיט א שטארקייט אין מזרח אייראפע נאך די צווייטע וועלט קריג. די אלע שטעט וועלכע האבן געשפירט דעם קאמוניסטישן טעם זענען געווען יונג און זענען אויסגעקריצט געווארן פון די געוועזענע עסטרייך-אונגארן, דייטשלאנד, רוסלאנד, און אטאמען אימפעריעס דורך צענדליגער אפמאכן וועלכע זענען געווען דער רעזולטאט פון די ערשטע וועלט קריג. רוב דערפון האבן געווינען זעלבסשטענדיקייט אלס הינקנדיגע דעמאקראטיעס און אלע אויסער טשעכקאסלאוואקיע זענען אריינגעפאלן אין אינערליכע קאנפליקטן פאר אויטאריטעט.

דורכאויס די צווייטע וועלט קריג האט נאצי-דייטשלאנד איינגענומען די אלע לענדער, רוב דערפון אן א שאס. ביי די ענדע פון די קריג האבן די סאוויעטישע כוחות מארשירט פון מזרח און באפרייט די אלע לענדער פון דייטשע קאנטראל מיט די אויסנאם פון יוגאסלאוויע און אלבאניע. נאך די קריג האבן די אליאירטע איינגעשטימט צו געבן סאוויעט-רוסלאנד די איינפלוס אויף מזרח אייראפע.

די סאוויעטן האן באלד אנגעהויבן ארבעטן צו ברענגן קאמוניזם אין די אלע לענדער ווען די מערב וועלט האט פארמאכט די אויגן אלס א דאנק פאר סאוויעט-רוסלאנד פאר'ן העלפן דערשטיקן נאצי-דייטשלאנד און ענדיגן די צווייטע וועלט קריג. די סאוויטען האבן איינגעשטעלט קאמוניסטישע רעגירונגן אין פוילן, אונגארן, בולגאריע, רומעניע, און טשעכקאסלאוואקיע. אין 46' האט דער בריטישער פרעמיער מיניסטער, ווינסטאן טשורטשיל, קריטיקירט די קאמוניסטישע באוועגונג און געלאזט פאלן דעם היסטארישן סטעיטמענט אז אן אייזערנע פירהאנג איז אראפגעפאלן אויפ'ן קאנטינענט. מיט דעם סטעיטמענט איז מזרח און מערב אייראפע אפיציעל אפגעטיילט געווארן פאר די קומענדיגע יארן ווען פון איין זייט האט דעמאקראטיע געבליעט און אויף די אנדערע זייט האט קאמוניזם צוגרינד געלייגט אלעס.

ספעציעל איז געטראפן געווארן דייטשלאנד זעלבסט וועלכע איז געווארן צוטיילט אין האלב צווישן די קאמוניסטן און קאפיטאליסטן. אין דער זעלבער צייט וואס מערב דייטשלאנד האט באקומען הילף פון די מערב וועלט און זיך צוריק געשטעלט אויף די פיס מיט א בליענדיגע עקאנאמיע, איז מזרח דייטשלאנד פארבליבן אין ארימקייט און דעפרעסיע און טראנספארטאציע צווישן די צוויי ראיאנען איז געווארן זייער שווער ווען מיליאנען פאמיליעס זענען מיט געוואלד צעטיילט געווארן און האבן זיך מער נישט געקענט טרעפן.

די איינציגסטע צוויי לענדער וואס זענען אויך געגאנגן אונטער קאמוניזם נישט אונטער די סאוויעטישע איינפלוס איז געווען יוגאסלאוויע און אלבאניע. די צווי לענדער האבן געהאט אייגענע פראלעמען וועלכע האבן נישט געקענט געלעזט ווערן נאך די קריג און ווען די קאמוניסטישע ווינט האט געבלאזן אינען ראיאן זענען אויך די צוויי לענדער געפאלן קרבנות צו קאמוניזם.

צווישן די מזרח אייראפעאישע לענדער זענען בולגאריע, טשעכקאסלאוואקיע, און מזרח דייטשלאנד געווען די וואס האבן גענוי נאכגעפאלגט און מיטגעשטימט מיט סטאלין ווען רומעניע, אונגארן, און פוילן האבן זיך פרובירט אפטיילן פון די סאוויעטישע פאראיין און אדאפטירט רעפארמען אויף א געוויסע פראצענט. אין 55' האבן די סאוויעטן געמאכט די ווארשע פאקט אין וועלכע עס איז געגרינדעט געווארן א קאנטער ארגאניזאציע צו נאט"א דורך די קאמוניסטישע לענדער אין מזרח אייראפע. די איינציגסטע צוויי לענדער וואס האבן נישט אונטערגעשריבן דעם אפמאך זענען געווען יוגאסלאוויע און אלבאניע וועלכע האבן זיך דערנענטערט צו כינע און האבן קיינמאל נישט געלאזט די סאוויעטישע כוחות באטרעטן זייער ערד.

קאמוניזם אין מזרח אייראפע איז אבער קיינמאל נישט אויפגענומען געווארן געווארן אזוי ווארים ווי אין רוסלאנד אדער כינע. פון אנהויב אן האבן רעפארמיסטן פרובירט זיך קעגנשטעלן און זענען אונטערדרוקט געווארן דורך סאוויעטישע כוחות. די ערשטע אזעלכע באוועגונגן האבן זיך אנגעהויבן מיט די טויט פון סטאלין און די די-סטאליניזאציע פון קרוטשאוו. אונגארן און פוילן האבן אנגעהויבן פרובירן מאכן שבת פאר זיך אבער די סאוויעטן האבן דאס צושטערט און עלימינירט אלע וואס זענען געשטאנען אין וועג.

ספעציעל איז געווארן א מהומה און טשעכקאסלאוואקיע וואו די רעפארמיסטן האבן געמאכט אן איבערקערעניש און די סאוויעטישע ארמיי איז אריין אין א פולע אינוואזיע און באזייטיגט דעם רעפארמיסט פירער און איינגעשטעלט א צווייטן וועלכער איז געווען לאיאל צו מאסקאווע. קאמוניזם אין מזרח אייראפע האט אנגעהויבן אויסוועפן אין די שפעטע 80'גער יארן ווען גורבאטשאוו איז געווארן פרעזידענט פון רוסלאנד און ער האט פארשפראכן נישט צו נוצן רוסלאנד'ס מיליטער צו האלטן די קליינע לענדער ביי קאמוניזם. דאס האט באלד געפירט צו גרויסע פראטעסטן קעגן קאמוניזם אין פוילן און אין אונגארן וועלכע האבן באוויזן די ערשטע צו באזייטיגן די קאמוניסטישע פארטייען און באפרייען זייערע לענדער פון סאוויעט רוסלאנד. דאס איז נאכגעפאלגט געווארן אין טשעכקאסלאוואקיע וואו די פובליק האט אראפגעברענגט די רעגירונג און באלד דערנאך האט זיך דאס זעלבע אפגעשפילט אין דייטשלאנד וואו דער בערלינער וואנט איז אראפגעקומען און באפרייט מזרח דייטשלאנד פון קאמוניסטישע הערשאפט. באלד דערנאך האט זיך דאס זעלבע אפגעשפילט אין רומעניע וואו די מאסן האבן אומגעברענגט זייער קאמוניסטישער פירער און זיין פרוי און זיך אפגעטיילט פון סאוויעט רוסלאנד איבערנאכט און מיט דעם זענען אלע אפמאכן צווישן סאוויעט רוסלאנד און מזרח אייראפע צעפאלן און עלימינירט געווארן.

אלבאניע און יוגאסלאוויע האבן נאכגעפאלגט צום לעצט ערשט אין 90'. אין אלבאניע איז אלעס געגאנגן געשמירט אבער אין יוגאסלאוויע האט איבער דעם אויסגעבראכן א ציווילע קריג וועלכע האט זיך געשלעפט עטליכע יאר און האט געקאסט די לעבנ'ס פון הונדערטער טויזענטער מענטשן.


קאמוניזם אין אזיע

מאנגאליע איז געווען די ערשטע לאנד אויסער די סאוויעט יוניאן צו אדאפטירן א קאמוניסטישע רעזשים. דאס לאנד איז ארגינעל געווען א טייל פון די כינעזער אימפעריע בעפאר די ערשטע וועלט קריג און נאך די קריג איז געווען א קאנפליקט צווישן כינע און רוסלאנד ווער עס זאל קאנטראלירן די רעגירונג. אין 924' איז די רעגירונג געגאנגען קאמוניסטיש אונטער די איינפלוס פון רוסלאנד און איז געבליבן געטריי צו די סאוויעטן ביז איר אונטערגאנג. דורכאויס די יארן האט מאנגאליע צוויי מאל געשיקט טרופן צו העלפן די סאוויעטן קעמפן פאר קאמוניזם.

איינמאל די סאוויעט פאראיין איז צוזאמענגעפאלן האט אויך אנגעהויבן בלאזן רעפארם אין מאנגאליע וועלכע האט פארלאזט קאמוניזם אין 93' און האט ערוועלט א פרעזידענט אין דעמאקראטישע וואלן צום ערשטן מאל. פון מאנגאליע איז קאמוניזם פארשפרייט געווארן אין וויעטנאם, קאמבאדיע, און לאאס, וועלכע געפינען זיך איינע נעבן די אנדערע. וויעטנאם איז ארגינעל געווען א טייל פון די פראנצויזישע אימפעריע און האט געווינען איר זעלבסשטענדיקייט הארט נאך די צווייטע וועלט קריג אין וועלכע דאס לאנד איז צעטיילט געווארן צו צוויי ראיאנען פון וועלכע צפון וויעטנאם איז איבערגענומען געווארן פון די קאמוניסטישע פארטיי.

די קאמוניסטן האבן געהאט א שטארקע איינפלוס אין יענע צייטן און האבן געארבעט אויף דרום וויעטנאם איר צו נעמען אונטער קאמוניסטישע הערשאפט. דאס האט געפירט צו א מיליטערישע קאנפליקט אין וועלכע אמעריקע האט זיך אריינגעמישט און געשיקט טרופן צו ראטעווען דרום וויעטנאם פון די קאמוניסטישע נעגל. אמעריקאנער אויסערן פאליסי סטראטעגיסטן זענען געווען ביי דער מיינונג אז אויב גאנץ וויעטנאם וועט גיין קאמוניסטיש וועט קאמוניזם זיך שנעל פון דארט פארשפרייטן איבער גאנץ אזיע און נאך ווייטער.

אבער נאכ'ן נעמען שווערע פארלוסטן עטליכע יארן נאכאנאנד, האבן אמעריקאנער אינדערהיים פראטעסטירט קעגן די מלחמה און אמעריקע האט זיך ארויסגעצויגן פון דארט אין 975'. ווי נאר אמעריקע האט פארלאזט דרום וויעטנאם איז גאנץ וויעטנאם פאראייניגט געווארן אונטער קאמוניסטישע הערשאפט וועלכע איז געשטיצט געווארן דורך די סאוויעט יוניאן.

אינדערצווישן איז אויך די דערנעבנדיגע קאמבאדיע געווארן קאמוניסטיש אונטער כינעזער איינפלוס. דאס איבערגאנג צו קאמוניזם דארט איז געגאנגן מיט גרויס ברוטאליקייט פון וועלכע 1.7 מיליאן מענטשן האבן פארלוירן זייערע לעבנס אין קאנפליקט און פון הונגער און פיין. אמעריקאנער כוחות האבן אויך אין קאמבאדיע פרובירט אפהלטן די קאמוניסטן אבער האבן נאר דורכגעפירט לופט קאמפיינען וועלכע האט נישט מער ווי געשפעטיגט די גרינדונג פון די קאמוניסטישע רעגירונג. אין 79' האט וויעטנאם אינוואדירט קאמבאדיע און איינגעשטעלט א פרא וויעטנאם רעגירונג וועלכע האט נאכגעפאלגט די סאוויעטישע מאדעל פון קאמוניזם און איז נישט געווען אזוי ברוטאל. כינע האט פרובירט זיך קעגנשטעלן אבער די סאוויעטן זענען געקומען וויעטנאם צו הילף און כינע האט זיך צוריק געצויגן.

אין די 80'גער יארן האט וויעטנאם אדאפטירט א רייע רעפארמען וועלכע האט געברענגט פארמערטע האנדל מיט סאוויעט רוסלאנד און אנדערע קאמוניסטישע לענדער. וויעטנאם האט איבערגעלעבט די סאוויעט צוזאמענפאל און איז ביז'ן היינטיגן טאג פארבליבן א קאמוניסטיש לאנד. קאמבאדיע, פון די אנדערע זייט, האט איבערגעלאזט סאציאליזם אין 90' אן האט אדאפטירט א רייע פרייע האנדל רעפארמען און צוויי יאר דערויף האט דאס לאנד דורכגעפירט וואלן אין וועלכע עטליכע פארטייען האבן זיך באטייליגט. דאס לאנד אפיציעל נאמינירט געווארן אלס די קעניגרייך פון קאמבאדיע און ביז 99' זענען אלע פארברעכער אינערהאלב די קאמוניסטישע פארטיי געברענגט געווארן צו גערעכטיקייט. לאאס איז געווארן קאמוניסטיש אין 75' אונטער די איינפלוס פון וויעטנאם וועלכע האט איר געהאלפן עקאנאמיש ביז אין די 90'גער יארן ווען לאאס האט דורכגעפירט עקאנאמישע רעפארמען. אבער דאס לאנד איז פארבליבן קאמוניסטיש ביז'ן היינטיגן טאג.

נאך א לאנד אין אזיע וואס איז געגאנגן אונטער קאמוניסטישע הערשאפט איז צפון קארעא. דאס לאנד קארעא איז ארגינעל געווען א קאלאניע פון יאפן ביז נאך די צווייטע וועלט קריג ווען דאס לאנד איז צעטיילט געווארן צווישן די אליאירטע און סאוויעטישע קאנטראל. אין 48' זענען געגרינגעט געווארן צוויי באזונדערע רעגירונגן און די צפון טייל איז געווארן קאמוניסטיש אונטער סאוויעטישע קאנטראל.

צפון קארעא האט פרובירט אינוואדירן דרום קארעא אין 50' אבער איז געשטערט געווארן דורך די אליאירטע טרופן אין שפיץ פון די פאראייניגטע שטאטן. פון די אנדערע זייט איז כינע געשטאנען צו הילף פאר צפון קארעא און די קריג איז געווען א בלוטיגע וואס האט געקאסט מיליאנען מענטשליכע קרבנות. די קריג האט זיך געענדיגט מיט א שטילשטאנד אין 53' און איז פארבליבן צוויי באזונדערע שטאאטן. דער קאמוניסטישער פירער פון צפון קארעא איז געווען קים איל סאנג וועלכער האט געהערשט פון 48' ביז זיין טויט אין 94'. ער איז געווען א דיקטאטורישער פירער וועלכער האט נאציאנאליזירט דאס לאנד מיט ברוטאלע הענט. זיין סיסטעם האט אבער פארפעלט און ביי דער צייט וואס ער איז געשטארבן האט דאס לאנד געהונגערט און מערערע עפעדימיעס האבן אומגעברענגט צענדליגער טויזענטער.

זיין זון, קים דזשאנג איל, האט אים איבערגענומען אלס פירער און האט געלייגט זיינע פריאריטעטן צו לעזן די עסן קריזיס און קומען צו א פארהאנדלונג איבער אירע נוקלעארע שטודיעס פראגראם מיט די פאראייניגטע שטאטן אין אויסטויש פאר עקאנאמישע הילף. אבער די געשפרעכן זענען דערווייל א דורכפאל און דאס לאנד איז פארבליבן קאמוניסטיש פונעם ערגסטן סארט.

קאמוניזם אין לאטיין אמעריקע

קובא און ניקאראגוא זענען די איינציגסטע צוויי לענדער אין לאטיין אמעריקע וואס זענען געגאנגן אונטער קאמוניזם טראץ די שטארקע קאמוניסטישע ווינט וואס האט געבלאזן אינעם ראיאן. קובא איז געווען אונטער א דיקטאטורישע הערשאפט ווען פידעל קאסטרא האט געמאכט א רעוואלוציע און באזייטיגט די רעגירונג אלס א נאציאניליסט. אבער איינמאל ער האט איבערגענומען די מאכט האט ער זיך דעקלערט א סאציאליסט און האט אנגעקניפט פריינטליכע באציאונגן מיט סאוויעט רוסלאנד וועלכע האט באלד אויסגענוצט דאס לענדל צו סטראשן די פאראייניגטע שטאטן מיט נוקלעארע מיסילס וועלכע זי האט דארט אינסטאלירט.

נאך דעם מיסיל קריזיס האט קאסטרא זיך פאראייניגט מיט די קאמוניסטישע פארטיי און דאס לאנד איז אפיציעל געווארן קאמוניסטיש. קאסטרא האט פארזוכט עטליכע קאמוניסטישע מאדעלן און ווען איינס איז דורכגעפאלן האט ער גענומען א צווייטע. קאסטרא איז אלע יארן געווען א שווערע ארבייטער און א שרעקליכער עקשן און נאר אזוי האט ער באוויזן צו בייקומען אלע פראבלעמען.

קובא'ס שווערסטע צייטן איז געקומען נאך די סאוויעטישע צוזאמענפאל. דורכאויס די סאוויעטישע יארן האט קובא עקספארטירט צוקער צו רוסלאנד אין אויסטויש פאר נאפט און מאשינערי און די האנדל האט זיך גענצליך אפגעשטכלט אין 91'. בלית ברירה האט קאסטרא דורכגעפירט א רייע עקאנאמישע רעפארמען וועלכע איז אין דירעקטע קאנטראסט צו די ארגינעלע קאנצעפט פון קאמוניזם. אבער פאליטיש איז דאס לאנד פארבליבן קאמוניסטיש.

ניקאראגוא איז געווען פון די לעצטע לענדער צו גיין אונטער קאמוניזם ערשט אין 84' מיט די הילף פון קובא און סאוויעט רוסלאנד. די ארטיגע קאמוניסטישע רעגירונג האט אבער קיינמאל נישט אויסגעראטן די אפאזיציע פארטייען און מיט דער צייט האבן רעוואלוציאנערן, געשטיצט דורך אמעריקע, געדרוקט די קאמוניסטישע רעגירונג צו האלטן דעמאקראטישע וואלן אין וועלכע די הויפט אפאזיציע פארטיי האט געווינען און איינגעשטעלט א רייע רעפארמען וועלכע גיט ציווילע רעכטן.


קאמוניזם אין מיטל מזרח

די איינציגסטע לאנד אין מיטל מזרח וואס איז געפאלן אונטער די סאוויעטישע נעגל איז געווען אפגאניסטאן וועלכע איז געווען א קאנסערוואטיווע מאנארכיע. אין 78' האט די קאמוניסטישע פארטיי דורכגעפירט א רעוואלוציע אויף די אנווייזונגן פון סאוויעט רוסלאנד. דאס האט געפירט צו א ביטערע קאנפליקט צווישן א ראדיקאלע פארטיי און די קאמוניסטישע פארטיי. די ראדיקאלן האבן דארט געבונטעוועט און די סאוויעטן האבן באלד אריינגעשיקט א מיליטער וועלכע האט אומגעברענגט דעם ראדיקאלן פירער און איינגעשטעלט א פרא סאוויעט רעגירונג.

די ארבעט איז אבער נישט געגאנגן גרינג און די סאוויעטן האבן אריינגעברענגט א מיליטער פון 100,000 צו האלטן סטאביל דאס לאנד פון עקסטרעמיסטן. א באזונדערע גרופע איז געגרינדעט געווארן צו קעמפן די קאמוניסטן וועלכע איז געשטיצט געווארן דורך פאקיסטאן און די פאראייניגטע שטאטן. די סאוויעטן האבן יארן לאנג געליטן פון די ראדיקאלן און האבן נישט געקענט באוויייזן צו ברענגן דאס לאנד אונטער קאנטראל. ענדליך אין 86' האט מיכאאל גורבאטשאוו געברענגט דעם קאנפליקט צו א בארואיגונגס שטאפל און ארויסגעצויגן זיינע טרופן. די פרא סאוויעטישע רעגירונג האט אבער נישט לאנג אנגעהאלטן ווען אין 92' האבן די טאליבאנער געמאכט א איסלאמישע רעוואלוציע און איבערגענומען די מאכט אין 96' און אומגעברענגט דעם קאמוניסטישן פארטיי פירער.

נאך א פלאץ אינעם מיטל מזרח וואו די סאוויעטן האבן געלייגט א פוס פאר א שטיק צייט איז געווען אין דרום תימן. דאס לאנד תימן איז ארגינעל געווען א בריטישע קאלאניע און איז געווארן זעלבסשטענדיג אין 67' נאך א גורילא קריג וועלכע האט פארטריבן די בריטישע. די פארטיי וואס האט געווינען איז געווען א סאציאליסטישע און האט גענומען הילף פון סאוויעט רוסלאנד. אבער עס זענען געווען עטליכע שטארקע פארטייען און די קאמוניסטישע פארטיי האט נישט געקענט אנהאלטן צו לאנג און האט זיך עווענטועל פאראייניגט מיט צפון תימן און עס זענען אפגעהאלטן געווארן דעמאקראטישע וואלן.


קאמוניזם אין אפריקע

אפריקע איז על פי רוב געווען קאלאניעס פון פראנקרייך און בריטען וועלכע האבן איינע נאך די אנדערע געווינען זעלבסשטענדיקייט נאך די צווייטע וועלט קריג. קאמוניזם האט דעגרייכט רוב אפריקאנער לענדער אבער נאר 4 פון זיי זענען טאקע געגאנגן קאמוניסטיש. דאס זענען געווען די רעפובליק אוו קאנגא, איטאפיע, אנגאלא, און מאזאמביקיא.

קאנגא איז געווען די ערשטע אויף די רייע באלד נאכדעם וואס זי האט זיך דעקלערט זעלבסשטענדיג פון פראנקרייך. דער קאמוניסטישער פארטיי פירער האט איבערגעמאכט דאס לאנד אויפ'ן סאוויעטישן מאדעל און גענומען הילף פון סאוויעט רוסלאנד און אויך פון כינע. אנטי קאמוניסטן האבן אומגעברענגט דעם קאמוניסטישן פארטיי פירער 10 יאר שפעטער און זיינע נאכפאלגער האבן פרובירט אנהאלטן קאמוניזם. אבער זיי זענען דורכגעפאלן ווען די עקאנאמיע איז געגאנגן א גאנג און די פארטיי איז געצווינגן געווארן צו מאכן א מולטי פארטיי עלעקציע אין וועלכע אן אנטי קאמוניסטישע פארטיי האט געווינען און צעבראכן קאמוניזם. דער געוועזענער קאמוניסטישער פירער זעלבסט איז אויך געווארן אויס קאמוניסט און האט שפעטער נאכאמאל געווינען צו ווערן פרעזידענט פון קאנגא, דאסמאל אלס א נאציאנאליסט.

איטאפיע איז געגאנגן קאמוניסטיש אין 74' מיט שטיצע פון סאוויעט רוסלאנד און קובא וועלכע האבן פארזיכערט דאס לאנד צו העלפן צוריק באקומען קאנטראל אויף א ראיאן וועלכע איז פארכאפט געווארן דורך סאמאליע סעפאטעריסטן. די עקאנאמיע אין איטאפיע האט נישט געארבעט און מענטשן האבן געהונגערט וואס האט געצווינגן די רעגירונג דורכצופירן עקאנאמישע רעפארמען און קאמוניזם איז צעביסלעך צונישט געווארן. דער קאמוניסטישער פירער האט נאך אלץ אנגעהאלטן די מאכט און איז ארויסגעשטויסן געווארן פון אפיס אין 91' באלד נאך דער סאוויעטישער צוזאמענפאל.

אבער מיט'ן צוזאמענפאל פון קאמוניזם האט זיך ערשט אנגעהויבן די צרות אין איטאפיע ווען פארשידענע רעבעלן גרופעס האבן געקעמפט פאר מאכט און דאס לאנד איז אריין אין א בלוטיגע ציווילע קריג וועלכע האט אנגעהאלטן ביז אין 00' ווען א שלום איז איינגעשטעלט געווארן. אנגאלא און מאזאמביקיא זענען ביידע געווען קאלאניעס פון פארטוגאל און האבן געווינען זעלבסטשטענדיקייט אין 75' ווען פארטוגאל איז דורכגעגאנגן א דעמאקראטישע רעוואלוציע. ביידע לענדער האבן באלד אדאפטירט קאמוניזם אונטער די איינפלוס פון סאוויעט רוסלאנד וועלכע האט זיי געשטיצט עקאנאמיש.

אין אנגאלא האט אבער אויסגעבראכן א צווילע קריג צווישן די קאמוניסטן און אנטי קאמוניסטן און נאך עטליכע גרופעס. דאס לאנד איז געווארן א שטאנדפונקט צווישן רוסלאנד און אמעריקע וועלכע האבן ביידע געשיקט מיליטערישע הילף. די געשלעגן האבן זיך אפיציעל געענדיגט אין 91' ווען רוסלאנד און אמעריקע האבן אויסגעארבעט א שלום. אבער די קריגערייען האבן נישט נאכגעלאזט ביז עטליכע יאר שפעטער און היינט איז דאס א דעמאקראטיש לאנד.

אין מאזאמביקיא האט זיך אפגעשפילט אן ענליכע סצענע ווען דאס לאנד איז אויך אריין אין א ציווילע קריג מיט שטיצע פון דרופםאפריקע און סאוויעט רוסלאנד אויף די צוויי זייטן. אבער דאס לאנד האט שנעלער שלום געמאכט (אין די שפעטע 80'גער יארן) און די צוויי פארטייען האבן אינאיינעם אדאפטירט פאליטישע רעפארמען און זיך געזעגנט פון קאמוניזם עטליכע יאר בעפאר די סאוויעטישע צוזאמענפאל.


קאמוניסטישע איינפלוס אין נישט קאמוניסטישע לענדער

קאמוניסטישע פארטייען האבן עקזיסטירט אין אסאך לענדער פון די וועלט, אבער אין רוב פון זיי האבן די קאמוניסטישע פארטייען נישט באוויזן צו געווינען קאנטראל פון די רעגירונג און האבן עקזיסטירט אלס אפאזיציע פארטייען. אין 970' האט די יו-עס סטעיט דעפארטמענט אינדענטיפיצירט 88 לענדער וועלכע האבן דעמאלט געהאט קאמוניסטישע פארטייען אדער באוועגונגן. אין 989' האט א צווייטע שטודיע געוויזן אז דער נומער איז אזויפיל ווי 106 און 23 דערפון זענען געווען אונטער קאמוניסטישע הערשאפט.

קאמוניזם האט אנגעהויבן אונטערגיין אין די ענדע 80'גער און פריע 90'גער יארן מיט די סאוויעטישע צוזאמענפאל אלס דער מכה בפטיש. זינט דעמאלט האבן די קאמוניסטישע פארטייען מער נישט פרובירט נעמען די מאכט מיט געוואלד נאר עקזיסטירן אלס א טייל פון מולטי-פארטייען ליבעראלע דעמאקראטיעס, פרובירדיג צו דעגרייכן מאכט דורך פרייע וואלן.


קאמוניזם אין מזרח אייראפע היינטיגע צייטן

די קאמוניסט פארטיי אוו די סאוויעט יוניאן (סי-פי-עס-יו) איז אפגעשטארבן אינאיינעם מיט די סאוויעט פאראיין אין 91' און איז אויפגעלעזט געווארן א מאנאט דערויף. די 15 געוועזענע סאוויעטישע רעפובליקס זענען צעטיילט געווארן צו זעלבסשטענדיגע לענדער און די קאמוניסטישע פארטיי איז פארבאטן געווארן פון עקזיסטירונג.

מיט דער צייט האבן די קאמוניסטישע שטיצער צוריק אויפגעבויט זייערע פארטייען אבער מיט אנדערע ווארצלן און נייע נעמען און האבן מער נישט פרובירט נעמען די מאכט מיט געוואלד. די נייע קאמוניסטישע פארטייען האט מען גערופן די נעא-קאמוניזם און זיי עקזיסטירן היינט אין אלע לענדער וואס האבן באלאנגט פאר די סאוויעט פאראיין.

די קאמוניסטישע פארטייען אין די געוועזענע קאמוניסטישע לענדער זענען גרויסע אפאזיציע פארטייען וועלכע געווינען געווענליך צווייט אדער דריט אין נאציאנאלע וואלן. אין רוסלאנד, צום ביישפיל, איז די קאמוניסטישע פארטיי אריינגעקומען צווייט אין די נאציאנאלע וואלן אין 96' וועלכע באריס יעלצין האט געווינען און נאכאמאל אין 00' וועלכע וולאדימיר פוטין האט געווינען. אין עטליכע קליינע לענדער אין מזרח אייראפע און אזיע האבן די קאמוניסטישע פארטייען עווענטועל געווינען די וואלן אבער האבן קיינמאל נישט צוריק איינגעשטעלט קאמוניזם ווי בעפאר, נאר ליבערשט איינגעשטעלט א סאציאליסטישע עקאנאמישע סיסטעם מיט א מולטי-פארטיי פאליטישע סיסטעם. די איינציגסטע צוויי געוועזענע קאמוניסטישע לענדער וועלכע האבן קיינמאל מער נישט געהאט אפילו אן אפאזיציע קאמוניסטישע פארטיי איז דייטשלאנד און אלבאניע.


קאמוניזם אין מערב אייראפע

די קאמוניסטישע פארטייען אין מערב אייראפע זענען געגרינדעט געווארן צוושן די יארן פון 918' און 923', נאכפאלגנדיג די רוסישע רעוואלוציע. די פארטייען האבן געהאט אסאך שטיצע וועלכע איז שטארק געווארן בעפאר און נאך די צווייטע וועלט קריג אבער זיי האבן קיינמאל נישט באוויזן צו געווינען די מאכט און האבן נישט פרובירט דאס נעמען מיט געוואלד. די איינציגסטע מערב אייראפעאישע לאנד וואו די קאמוניסטן האבן יא געקעמפט מיט די רעגירונג איז געווען אין גריכן, וואו די קאמוניסטן האבן געקעמפט א גורילע קריג צווישן 46' און 49' אבער זענען דורכגעפאלן.

נאכפאלגנדיג די סאוויעטישע צוזאמענפאל, האבן אלע קאמוניסטישע פארטייען אין די פרייע לענדער פארלוירן אסאך שטיצע און עקזיסטירן היינט אלס קליינע פארטייען מיט ווייניג אויסזיכטן פאר דעם צוקונפט.


קאמוניזם אין אמעריקע

די קאמוניסטישע באוועגונג אין די פאראייניגטע שטאטן האט זיך אנגעפאנגן אין 917' נאכפאלגנדיג די באלשעוויק רעוואלוציע אין רוסלאנד. די קאמוניסטן האבן ארגינעל באלאנגט צו די סאציאליסטישע פארטיי אוו אמעריקע און האבן זיך אפגעטיילט און געגרינדעט צוויי נייע פארטייען וועלכע האבן זיך גערופן די קאמוניסטישע פארטיי און די קאמוניסטישע לעיבאר פארטיי. עווענטועל האבן זיך די צוויי פארטייען פאראייניגט און זענען געווארן די קאמוניסטישע פארטיי אוו די יונייטעד סטעיטס אוו אמעריקע (סי-פי-יו-עס-עי).

קאמוניזם אין אמעריקע איז קיינמאל נישט טאלערירט געווארן און באלד נאך די ערשטע וועלט קריג האט די רעגירונג אנגעהויבן זיך פארלייגן אויסצוראטן קאמוניזם. צווישן 919' און 920' האבן פעדעראלע און לאקאלע אויטאריטעטן באפאלן קאמוניסטישע הויפטקווארטירן און ארעסטירט טויזענטער און די פארטיי איז געגאנגן אונטער די ערד וואו זיי זענען ווייטער אנגעגאנגן מיט זייער ארבעט און די אויטאריטעטן האבן זיי נאכגעיאגט און פון צייט צו צייט ארעסטירט נאך און נאך. אין 29' איז דער קאמוניסטישער פירער פון אמעריקע ארעסטירט געווארן און איז פארשיקט געווארן פון לאנד. צווישן די יאר'ן פון 30' ביז 45' האט קאמוניזם געהאט איר גרעסטע איינפלוס אין אמעריקע. אין די יארן איז פארגעקומען די גרעיט דעפרעסיע און מיליאנען האבן פארלוירן זייערע דזשאבס און די אומצופרידענע האבן געזוכט א נייע עקאנאמישע סיסטעם צו וועלכע קאמוניזם האט געקלינגן זייער פאסנד פאר אזעלכע מענטשן.

און אירע בעסטע יארן האט די קאמוניסטישע פארטיי פארמאגט 80,000 מיטגלידער אבער האט אנגעהויבן פאלן ווי נאר די דעפרעסיע איז אריבער און נאכמער ווען נאצי-דייטשלאנד האט אונטערגעשריבן די נאן-אגרעשן פאקט מיט סאוויעט רוסלאנד. ביי די ענדע פון די קריג ווען די אליאירטע האבן זיך פאראייניגט מיט רוסלאנד צו באקעמפן דייטשלאנד, האט זיך די פארטיי אביסל צוריק געכאפט און דער דעמאלטדיגער פארטיי פירער האט רעפארמירט די פארטיי און דאס געגעבן א נייע נאמען, די קאמוניסטישע פאליטישע אסאסיאציע.

דער אויסברוך פון די קאלטע קריג האט געגעבן א שטארקע קלאפ פאר די קאמוניסטישע פארטיי פון וועלכע זי האט זיך קיינמאל מער נישט ערהוילט. די רעגירונג איז געווען באזארגט אז די רוסישע קאמוניסטן וועלן פרובירן געווינען איינפלוס אין אמעריקע און פרעזידענט טרומאן האט באשטעטיגט א געזעץ וועלכע האט ערלויבט די אויטאריטעטן צו פארשן אלע רעגירונג ארבייטער אויב זיי האבן שייכות צו די קאמוניסטישע פארטיי. ווער עס איז געפינען געווארן מיט עפעס קאמוניסטישע באציאונגן איז אפגעזאגט געווארן פון זיין דזשאב און אלע שרייבער, אקטיארן, און פילם פראדוצירער מיט קאמוניסטישע באציאונגן זענען באזייטיגט געווארן אדער האט מען זיי שטיל געמאכט. די רעגירונג האט געארבעט זייער אומ-דעמאקראטיש אבער רוב האבן געהאלטן אז עס איז נישט פאראן קיין אנדערע ברירה צו קענען פארמיידן קאמוניזם פון קענען אינפילטרירן דאס אמעריקאנער רעגירונג.

צווישן די יארן פון 50' און 54' האבן די אויספארשונגן דעגרייכט א קלימאקס ווען דער רעפובליקאנער סענאטאר, דזשאסאעף מעקארטי, האט זיך גענומען איבער פארדעכטיגטע וואס האבן שייכות מיט קאמוניזם און מיט דעם באוואשן צענדליגער אנגעזעענע פאליטישאנס. אין די ענדע האט די סענאט זיך גענומען איבער מעקארטי זעלבסט, נאכדעם וואס עס איז אויפגעוויזן געווארן אז ער האט אויסגענוצט זיין פאליטישע מאכט צו נקמה נעמען פון זיינע קעגנער אינערהאלב די רעגירונג.

מיטגלידערשאפט אין די קאמוניסטישע פארטיי איז געפאלן אין די טויזענטער יעדעס יאר און ביז 57' האט עס געהאלטן אינגאנצן ביי 10,000. פון דעמאלט אן איז די קאמוניסטישע פארטיי אן אויסגעשפילטע פארטיי מיט ווייניג אויפטוען אבער עקזיסטירט נאך ביז'ן היינטיגן טאג. אריבער די גרעניץ אין קאנאדע האט קאמוניזם געהאט שטיצע אינערהאלב די האנדל יוניאנס וועלכע האבן געוואלט אראפווארפן אמעריקאנער און בריטישע אימפעריעליזם. אבער קאמוניזם האט אנגעהויבן פארלירן שטיצע ווען סטאלין איז געשטארבן און עס איז ארויפגעשווימען דער אמת וואספארא קאלטבלוטיגע רוצח און מאסן מערדער ער איז געווען, וואס האט געגעבן א שלעכט בילד איבער קאמוניזם בכלל. מיט דער צייט האבן די צוויי גרעסטע יוניאנס פארלאזט די קאמוניסטישע פארטיי און קאמוניזם איז זינט דעמאלט פארבליבן א קליינע סעקטע.


דער צוקונפט פון קאמוניזם

קארל מארקס און פרידריק ענגעלס האבן פארגעשריבן אז קאפיטאליזם איז געווען א טונקעלע צייט און קאמוניזם וועט אויפבליען און איבערנעמען די וועלט און גרינדען דעם צוקונפט אין וועלכע די פשוט'ע מענטשן וועלן זיין צופרידן און עס וועט הערשן שלום אויף די וועלט.

אבער די רעאליטעט פון קאמוניזם האט אינגאנצן נישט געשטימט מיט די טעאריע ווי מארקס און ענגעלס האבן עס אראפגעלייגט. אויסער וואס די קאמוניסטישע צענטראלע עקאנאמיע סיסטעם האט נישט געארבעט, איז די פאליטישע סיסטעם דערפון געווען קוראפטירט און אירע פירער האבן דאס אויסגענוצט פאר מאכט און טיילמאל געפייניגט און אומגעברענגט מיליאנען פאר זייער כבוד און מאכט. אויסערדעם וואס קאמוניזם איז געווען א דורכפאל פאר זיך, איז עס געווען א דאפעלטער דורכפאל ווען אין דער זעלבער צייט האבן די קאפיטאליסטישע לענדער געהאט די גרעסטע סוקסעסן אין די היסטאריע ווען די עקאנאמיעס האבן געבליעט און מענטשן האבן באקומען די סטאנדארטן פון וועלכע זיי האבן גע'חלומ'ט צו לעבן. קאמוניזם האט זיך ארגינעל נאר געבויט אויף די פראבלעמען וואס קאפיטאליזם האט געהאט, אבער ווען עס איז שוין געווען אימפלימענטירט איז די קאפיטאליסטישע עקאנאמישע סיסטעם דורכגעגאנגן א דראסטישע טויש ווען די עקאנאמיע איז איבערגענומען געווארן מיט סערוויס און פינאנץ און האנט ארבעט איז איבערגעפירט געווארן צו די ארימע לענדער.

קאמוניסטישע רעזשימען האבן געארבעט זייער שווער זיך אן עצה צו געבן און זענען געשטאנען מיט בייזע אויגן און זיך צוגעקוקט ווי די קאפיטאליסטישע לענדער וואקסן און בליען מיט ציפערן ווי קיינמאל בעפאר. אין דער צייט וואס אמעריקאנער בירגער האבן הנאה געהאט פון יעדע מינוט אין לעבן, זענען די רוסישע בירגער געווען אונטערדרוקט אונטער א ברוטאלע רעזשים וואס האט זיי קוים געקענט האלטן ביים לעבן.

דער פאקט איז אבער אז מארקס און ענגעלס האבן אין א געוויסן וועג געווארענט אויף דעם אויסגאנג. מארקס שרייבט קלאר אין זיין בוך אז קאמוניזם וועט זיך נאר אויסארבעטן אויב עס וועט ערשט איינגעשטעלט ווערן אין די רייכע לענדער. ער ווארענט אז די ארימע לענדער וועלן נישט האבן די קוועלער צו מאכן דעם סיסטעם ארבעטן און דאס וועט דורכפאלן.

און אזוי איז טאקע געווען. די רייכע אייראפעאישע לענדער זענען געווען צופרידן און האבן נישט געזוכט צו אדאפטירן קאמוניזם. פון די אנדערע זייט האבן די נייע ארימע לענדער (לענדער וועלכע זענען נארוואס געווארן זעלבסטשטענדיג נאכ'ן זיך אפברעכן פון גרויסע אימפעריעס) זיך באלד צוגעכאפט צו קאמוניזם אלס אן אלטערנאטיווע עקאנאמיע סיסטעם און עס איז געווען א דורכפאל.

די פירער פון די לענדער זענען געווען ביי דער מיינונג אז ערשט דארף זיין שלום און דערנאך וועט מען ארבעטן אויף די עקאנאמיע. אין רוב פון די לענדער איז דער פאליטישער מצב געווען קריגערייען און מלחמות און נאר קאמוניזם האט אויסגעזען צו זיין דער צוקונפט און מען האט געהאפט אז איינמאל די מענטשן וועלן לעבן בשלום וועט די עקאנאמיע אויטאמאטיש ארבעטן. דאס איז אבער געווען א פאטאלער טעות און אנשטאט אויפגעבן קאמוניזם האבן אירע פירער זיך באשיצט אונטער מאכט ביז עס איז מער נישט געווען קיין ברירה.

ווען סאוויעט רוסלאנד איז ענדליך צוזאמענגעפאלן און מיטגענומען מיט זיך רוב קאמוניסטישע לענדער, האבן די פארבליבענע קאמוניסטישע לענדער זיך רעפארמירט צו קענען בלייבן ביים לעבן. די טראנספארמירונג איז טיילמאל געגאנגן אויף אזוי ווייט אז די רעגירונג איז נישט געווען צום דערקענען. די איינציגסטע צוויי לענדער וועלכע זענען געבליבן מיט די ארגינעלע ארטאדאקסישע קאמוניזם איז קובא און צפון קארעא, כאטש אויך זיי זענען געווען געצווינגן צו טוישן גאנג עטליכע מאל צו קענען שפייזן דאס פאלק. אין ביידע לענדער זענען די ארגינעלע פירער נאך אלץ אין מאכט און דאס איז דער הויפט סיבה צו דעם פאקט. אין קובא איז פידעל קאסטרא נאך אלץ פירער , און ווען ער וועט שטארבן האט ער א ברודער וואס וועט אים איבערנעמען, און אין צפון קארעא איז קינג דזשאנג איל דער זון פון דעם גרינדער פון די רעזשים.

די שאנסן אז א קאמוניסטישע באוועגונג זאל נאכאמאל ארומגיין אין די וועלט איז רחוק מן השכל. 95 פראצענט פון קאמוניסטישע רעזשימען זענען צוזאמענגעפאלן און די פארבליבענע האבן זיך רעפארמירט און האבן נישט קיין אייניגע מאדעל סיסטעם וואס ווערט נאכגעפאלגט. מען קען קיינמאל נישט וויסן וואס דער צוקונפט וועט ברענגן, אבער ווען מען באטראכט דער גאנצער היסטאריע און פראקטיק איז נישטא וואס צו זארגן אז דאס וועט אמאל צוריק קומען. קאמוניזם איז געווען א דורכפאל פון אנהייב אן און איז נאר געגאנגן מטה מטה וואו ווייטער. אזעלכע לענדער ווי קובא און צפון קארעא וועלן ווארשיינליך אויפגעבן קאמוניזם עווענטועל. אין קובא וועט דאס מעגליך פאסירן ווען די קאסטרא ברודערס (80 און 75 יאר אלט) וועלן שטארבן און דאס לאנד וועט איבערלאזן קאמוניזם צו קענען באנייען האנדל מיט אמעריקע. אין צפון קארעא איז דער עקאנאמישער מצב נישט גוט און אויב דאס וועט ווייטער אזוי אנגיין וועט דאס לאנד זיין געצווינגן צו מאכן דראסטישע רעפארמען.

די שווערסטע צו שפעקולירן איז כינע, וויעטנאם, און לאאס וואו די עקאנאמיע איז במשך די יארן איבערגעארבעט געווארן אבער די פאליטישע סיסטעם איז פארבליבן אן איין פארטיי הערשאפט. כינע איז אנטשלאסן אז זי וועט נישט איבערמאכן די טעותים וואס מיכאאל גורבאטשאוו האט געטאן אין רוסלאנד און מיט אירע עקאנאמישע רעפארמען שטייט איר עקאנאמיע ביי זייער גוטע שטאפלן ווען אין דער זעלבער צייט איז פאראן א קאמוניסטישע פאליטישע סיסטעם וועלכע לאזט נישט קיין אפאזיציע צושטאנד קומען און די מידיא ווערט צענזורט.


(קוק דא פאר'ן שרייבער)