אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ליפא שמעלצער"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 1: שורה 1:
[[בילד:Lipasch.jpg|left|250px]]
'''ליפא שמעלצער''' איז א שטארק פאפולערער פיגור ביים [[חרדי]]שען [[איד]]ענטוהם בעיקר צוליב זיינע מוזיקאלישע טאלאנטן, ער איז אויך באקאנט אלץ אן [[אקטיאר]] און [[בדחן]]
'''ליפא שמעלצער''' איז א שטארק פאפולערער פיגור ביים [[חרדי]]שען [[איד]]ענטוהם בעיקר צוליב זיינע מוזיקאלישע טאלאנטן, ער איז אויך באקאנט אלץ אן [[אקטיאר]] און [[בדחן]]


שורה 44: שורה 45:
[[קאַטעגאָריע:פרומע זינגערס]]
[[קאַטעגאָריע:פרומע זינגערס]]
[[קאטעגאריע:פארוויילונג]]
[[קאטעגאריע:פארוויילונג]]
[[קאטעגאריע: פאפולערע פיגור'ס]]
[[he:ליפא שמלצר]]
[[he:ליפא שמלצר]]

רעוויזיע ביי 13:23, 14 יאַנואַר 2007

ליפא שמעלצער איז א שטארק פאפולערער פיגור ביים חרדישען אידענטוהם בעיקר צוליב זיינע מוזיקאלישע טאלאנטן, ער איז אויך באקאנט אלץ אן אקטיאר און בדחן

ליפא שמעלצער איז די איינציגסטע פרומע זינגער וואס האט אריינגעברענגט די וועלטליכע צוגאנג צו מוזיק ביים חרדישען ציבור דאס האט איהם געברענגט אז ער זאל ווערן א אויפגייענדע שטערן (כוכב) ביי די יונגווארג און מוזיק ליב האבער'ס, - "אשאד אז דיין מאמע שפראך איז אידיש" - זענען די עיקר קריטיק וואס ער הערט טאג טעגליך.

מיט זיינע מוזיקאלישע טאלאנטן האט ער באוויזן אז ער גייט זיין אייגן וועג. ער ווערט גערעכנט אלץ א מאוועריק, און האט געווינען שבחים פון פילע מוזיק קריטיקער.


קריטיק

שמעלצער האט געצויגן שטארקע קריטיק צו זיינע לידער און מוזיק פון די שמרנות'דיגע עלעמענטן פון חרד'ישן אידנטום וועלכע זארגן אז זיין מוזיק ברענגט אריין אומגעוואונטשענע השפעות פון די ארומיגע וועלט. געוויסע קרייזן, הויפטזעכליך די חסידישע, האבן אנגענומען אקציעס אפצורעדן זייערע נאכפאלגער פון קויפן אדער אויסהערן שמעלצער'ס ווערק. ווי ארויסקומען מיט איסורים אויף זיינע טעיפס. טראץ דעם וואקסט זיין פאפולעריטעט טעגליך.

אבער זיינע שטיצער טענה'ען: אז די קריטיק איז נישט געצילט קעגען שמעלצער-עפאכע נאר קעגען יעדען אויפשטאנד פון די יונגווארג זיך אפצוטיילען פון די אונגארישען אינטערדריקטען לעבען.

ר' קטלא קניא'ס "ואיני יודע מה הוא" אויף הרב ליפא'ס טעיפ[1]

זיין שייכות צום סקווערער רבי'ן

שמעלצער איז אן איינוואוינער פון סקווערער שטעטל און האלט זיך פאר א סקווערער חסיד. ער איז באקאנט פאר נעמען הדרכה פון סקווערער רבי'ן שליט"א אויף יעדן טריט און שריט, און אויף זיין אנווייזונג זינגט ער נישט אויף קיין שום אויפנאמע וואו עס געפונען זיך מענער און פרויען אן א מחיצה. עס ווערט דערציילט אז ער האט אפגעזאגט גאר גרויסע געלטער, זיך האלטנדיג מיט זיין פרינציפ.

  • ער איז אויך באקאנט אלץ א אויסערגעווענליכער גוט הארץ, ער העלפט אסאך מיט געלט, אויף אזוי ווייט אז ס'בלייבט איהם נישט צוסאך איבער, ער גייט באזוכען אסאך אין שפיטעלער, תפיסות, קינדער אנטשטאלטען, אין אזוי ווייטער.. צו משמח זיין די צובראכענע, עלטערע, קראנקע מענטשען.

טעיפס

  • נאר בשמחה
  • שמע
  • לטובה
  • למרנן (ניגוני סקווירא)
  • ליפא בדרך
  • לעילא ולעילא
  • פראיעקט x
  • בלי עין הרע (קעניינעהארע)
  • לקרוא את ההלל - (חנוכה-תשס"ז). פראמא- [2]

נאטיצען

  1. ר' קטלא'ס איינדרוקען. [1]
  2. הערט און זעהט פראמא פון נייעם ליפא שמעלצער טעיפ וואס גייט זיין אין געשעפטען חנוכה. - גוגל ווידיאו. [2]


וועבלינקס