אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יעקב בן אשר"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 13: שורה 13:
* ארבעה [[טור]]ים
* ארבעה [[טור]]ים
* ספר הרמזים, המכונה '''קיצור פסקי הרא"ש'''
* ספר הרמזים, המכונה '''קיצור פסקי הרא"ש'''
* הודפס מחדש בפאר והדר עצום ואדיר ויפה בתוספת מרובה לשבח על ידי הרב הצדיק [[דניאל ביטון]] ב"ר [[אברהם ביטון]] מירושלים [[הר נוף קווארטיל]].
* [[ארבעה טורים]] השלם, הודפס מחדש בפאר והדר עצום ואדיר ויפה בתוספת מרובה לשבח על ידי הרב הצדיק [[דניאל ביטון]] ב"ר [[אברהם ביטון]] מירושלים [[הר נוף קווארטיל]].


==רעפערענצן==
==רעפערענצן==

רעוויזיע ביי 05:16, 9 דעצעמבער 2021

רבינו יעקב בן הרא"ש רבינו אשר - דער בעל הטורים

רבנו יעקב בן אשר (ה'כ"ט, 1269 בערך - י"ב תמוז ה'ק"ג, 1343) איז געווען א פוסק, באקאנט ווי דער "בעל הטורים" צוליב דכם גרויסן הלכה ספר וואס ער האט געשריבן, דעם "טור".

לעבנסגעשיכטע

רבנו יעקב איז געבוירן געווארן אין קעלן, דייטשלאנד, דער דריטער זון פון רבנו אשר בן יחיאל (דער רא"ש) וואס איז געווען מיוחס צו רבי אליעזר בן נתן, דער ראב"ן פון די בעלי תוספות, און רבנו גרשום. ער האט געלערנט תורה ביי זיין פאטער, ווי אויך ביי זיין עלטערן ברודער רבי יחיאל. צוליב די רדיפות פון וואס די יידן אין דייטשלאנד האבן געליטן, איז דער רא"ש מיט זיין משפחה אריבער קיין טאלעדא איו שפאניע אין ה'ס"ד.

זיינע צוויי עלטערע ברידער, רבי יחיאל און רבי שלמה החסיד, זענען נפטר געווען יונג. כאטש ער איז געווען א גדול בתורה און האט געמוטשעט אויף פרנסה, האט רבנו יעקב נישט געוואלט אויפנעמען א רבנות שטעלע. נאך דער פטירה פונעם רא"ש, האט זיין יונגערע ברודער רבי יהודה געדינט אלס רב. זיינע ברידער רבי אליקים, רבי משה, רבי אליעזר און רבי שמעון זענען אויך געווען גרויסע למדנים אבער פון זייערע שריפטן איז גארנישט געבליבן.

בסוף ימיו איז רבי יעקב געפארן אין ארץ ישראל, אבער אונטערוועגס איז ער נפטר געווארן אינעם אינזל כיאס. די ספרדישע קהילה פון כיאס זאגן אז ער ליגט טאקע דארט, אבער אנדערע האלטן אז מ'האט געפירט זיין ארון צוריק אין טאלעדא און האט אים באערדיקט דארט.‏[1]

זיינע ספרים

רעפערענצן

  1. שבת בשבתו, נומער 1035, רבי יעקב בן הרא"ש