אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קול מבשר"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
אין תקציר עריכה
שורה 21: שורה 21:
די געזונטהייט אפטיילונג ווערט געפירט דורך דעם לעגענדארן גרינדער און פירער פון עטליכע גאר וויכטיגע וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס הרב ר' [[הערשל מייזעלס]],
די געזונטהייט אפטיילונג ווערט געפירט דורך דעם לעגענדארן גרינדער און פירער פון עטליכע גאר וויכטיגע וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס הרב ר' [[הערשל מייזעלס]],


אין די ביזנעס אפטיילונג קען מען הערן ר' [[יונה כהן]], ר' [[חיים עקשטיין]] גיבט די "דיזייניג אין סוקסעס" שמועסן .אויך קען מען הערען די וועכענטליכע [[יום שניכפל בו כי טוב]] שעורים מיט הרב [[איתמר גינזבערג]] .
אין די ביזנעס אפטיילונג קען מען הערן ר' [[יונה כהן]], ר' [[חיים עקשטיין]] גיבט די "דיזייניג אין סוקסעס" שמועסן .אויך קען מען הערען די וועכענטליכע ״יום שניכפל בו כי טוב״ שעורים מיט הרב [[איתמר גינזבערג]] .


די פאליטישע אנאליזן ווערן איבערגעגעבן דורך ר' [[יצחק קלאר]], און ר' [[הערשל פרידמאן]] פון [[קרית יואל]] און [[יואל פעלזן]] פון [[וויליאמסבורג]] וועלכע איז על פי רוב מסביר די ליבעראלע זייט און נאך.
די פאליטישע אנאליזן ווערן איבערגעגעבן דורך [[יצחק קלאר]], און [[הערשל פרידמאן]] פון [[קרית יואל]] און [[יואל פעלזן]] פון [[וויליאמסבורג]] וועלכע איז על פי רוב מסביר די ליבעראלע זייט און נאך.


[[אקטועלע]] אנאליזן ווערן איבערגעגעבן דורך ר' [[אליעזר קרויס]] ווי ער רעדט ארום פון פול קאנטראווערסיאלע ענינים, בעיקר האט ער זיך באקאנט געמאכט מיטן אויפשטורעמען די וועלט איבער די נישט נארמאלע הוצאות ביים חתונה מאַכן, און ער איז טאקע זייער פארנומען ווי אזוי מ'קען שפארן געלט.
[[אקטועלע]] אנאליזן ווערן איבערגעגעבן דורך [[אליעזר קרויס]] ווי ער רעדט ארום פון פול קאנטראווערסיאלע ענינים, בעיקר האט ער זיך באקאנט געמאכט מיטן אויפשטורעמען די וועלט איבער די נישט נארמאלע הוצאות ביים חתונה מאַכן, און ער איז טאקע זייער פארנומען ווי אזוי מ'קען שפארן געלט.


קול מבשר האט אויך א טשיקאווע ווינקל ווי ר' [[ארי אבראמאוויטש]] גיבט איבער איין מאל א וואך טשיקאווע נייעס און אינטערסאנטע נייעס פון ארום די וועלט.
קול מבשר האט אויך א טשיקאווע ווינקל ווי [[ארי אבראמאוויטש]] גיבט איבער איין מאל א וואך טשיקאווע נייעס און אינטערסאנטע נייעס פון ארום די וועלט.


איין מאל א וואך גיבט ר' [[פנחס גלויבער]] א שמועס וואס ווערט גערופן "על רגל אחת" ווי רעדט ארום פון גאר אינטערעסאנטע נושאים.
איין מאל א וואך גיבט ר' [[פנחס גלויבער]] א שמועס וואס ווערט גערופן "על רגל אחת" ווי רעדט ארום פון גאר אינטערעסאנטע נושאים.

רעוויזיע ביי 10:35, 30 סעפּטעמבער 2021

קול מבשר לאגא
קול מבשר לאגא

קול מבשר איז א אידיש־שפראך נייעס האטליין וואס גיט איבער נייעס און אינטערעסאנטע אינפארמאציע דורכ'ן טעלעפאן פארן ציבור פון חרדישע אידן. ער אנטהאלט פארשידענע אפטיילונגען ווי אידישע נייעס, וועלטליכע נייעס, אינטערוויוס, פאליטישע נייעס און אנאליזן, אקטועלע שטוב און סעזאנאלע נייעס, ביזנעס און פינאנציעלע נייעס, געזונטהייט, נגינה, און א תורה רובריק.

אינהאלט

קול מבשר איז געגרינדעט געווארן תשס"ד און האט זיך אנטוויקלט צו א גרויסער ברייטפארצווייגטער אפעראציע מיט גאר אסאך אפטיילונגען. דער גרינדער און הויפט נייעס באריכטער איז זלמן ווידער, וואס גיט איבער די אידישע, חסידישע און וועלטליכע נייעס צוויי מאל א טאג אין צוגאב צו כסדר'דיגע באריכטן, א חוץ דער בולעטין אפטיילונג וואס טוישט זיך יעדע מאל וואס עס קומט אריין עפעס אן אינטערסאנטע נייעס וכדומה.

אויף קנעפל דריי איז דא א אויסוואל פון, אויספירליכע אינטערוויוס, געזונטהייט נייעס און לעקציעס, אן אויסוואל פון פינאנציעלע נייעס אנאליזן און לעקציעס, א סעריע פון חיזוק און זעלבסט-הילף שמוסן, א סעריע איבער חורבן אייראפע, א גרויסע אויסוואל פון פאליטישע און פארטייאישע אנאליזן שמועסן און אפהאנדלונגען, און צום לעצט די וועכענטליכע לייכטע אונטערהאלטונג אנאליזן אויף קנעפל ניין וואס באהאנדלט אלץ און אלעמען.

אינעם זומער סעזאן איז אויף נומער זיבן דא א טראפיק אפטיילונג מיט פונקטליכע אנווייזונגען וויאזוי צו פארמיידן טראפיק אויפן וועג צו און פון די אידישע קעטסקיל בערג ("די קאנטרי").

מוזיק

אין תשע"ז האט זיך געגרינדעט א נייע אפטיילונג וואס רופט זיך "כשרונות". עס איז א פראגראם וואו מענטשן קענען אריינשיקן זייערע טאלאנטן, און מען שפילט עס אויף אויף קול מבשר און אלע צוהערער קענען אפגעבן א שטים וועם זיי גלייכן מער. דערנאך קומען ארויף עטליכע מבינים, וואס זענען די ריכטער. די פראגראם ווערט אנגעפירט דורך דער בארימטער אינטערוויוער און שריפטשטעלער הרב וועלוול שמעלצער, א ברודער מיט ליפא שמעלצער.

אויך איז דא א מוזיק אפטיילונג (נומער 8) וואו מען קען הערן עטליכע אויסוואלן נאכאנאנדע מוזיק, און אן אפטיילונג פון נייע אלבאמען. אזוי אויך קען מען הערן נייע סינגלס וואס קומען ארויס. ווי אויך נומער 0 איז דא "א שפאציר אין עולם הנגינה" יעדע ליל שישי מיט פערזענליכקייטן אינעם עולם הנגינה אנגעפירט דורך הרב וועלוול שמעלצער.

מיטארבעטער

פאליטיק: יוסף געשטעטנער, א טאלאנטפולער און געשמאקער אינגערמאן און א מייסטער אין פאליטיק וואס גיט איבער די טעגליכע פאליטישע נייעס און א סך-הכל פון די טעגליכע נייעס אין עקאנאמיע און פינאנץ.

דער חשובער אינגערמאן, ידען און שרייבער יצחק שלמה דרעזנער פון בארא פארק מיט ר' הענדיל ברייער גיבן די נאכאנאנדע אינטערוויוס און אויך רוב אויספירליכע אינטערוויס.

די געזונטהייט אפטיילונג ווערט געפירט דורך דעם לעגענדארן גרינדער און פירער פון עטליכע גאר וויכטיגע וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס הרב ר' הערשל מייזעלס,

אין די ביזנעס אפטיילונג קען מען הערן ר' יונה כהן, ר' חיים עקשטיין גיבט די "דיזייניג אין סוקסעס" שמועסן .אויך קען מען הערען די וועכענטליכע ״יום שניכפל בו כי טוב״ שעורים מיט הרב איתמר גינזבערג .

די פאליטישע אנאליזן ווערן איבערגעגעבן דורך יצחק קלאר, און הערשל פרידמאן פון קרית יואל און יואל פעלזן פון וויליאמסבורג וועלכע איז על פי רוב מסביר די ליבעראלע זייט און נאך.

אקטועלע אנאליזן ווערן איבערגעגעבן דורך אליעזר קרויס ווי ער רעדט ארום פון פול קאנטראווערסיאלע ענינים, בעיקר האט ער זיך באקאנט געמאכט מיטן אויפשטורעמען די וועלט איבער די נישט נארמאלע הוצאות ביים חתונה מאַכן, און ער איז טאקע זייער פארנומען ווי אזוי מ'קען שפארן געלט.

קול מבשר האט אויך א טשיקאווע ווינקל ווי ארי אבראמאוויטש גיבט איבער איין מאל א וואך טשיקאווע נייעס און אינטערסאנטע נייעס פון ארום די וועלט.

איין מאל א וואך גיבט ר' פנחס גלויבער א שמועס וואס ווערט גערופן "על רגל אחת" ווי רעדט ארום פון גאר אינטערעסאנטע נושאים.

קריטיק

די קריטיק וואס איז דא קעגן דעם איז: אז די אינגלעך און בחורים האבן צוטריט דערצו, וואס אפילו א טאטע וועלכער לאזט נישט אריין קיין צייטונגען אין שטוב ווייל לויט זייער מיינונג מוזן די קינדער נישט זיין אינפארמירט מיט אלע טאג טעגליכע געשעענישן, ביי קול מבשר קען ער נישט אפשטעלן דעם זון וועלכער קען רופן ווען אימער.