אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "וויקיפעדיע"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל־אנווענדונג רעדאַקטירונג רעדאקטירונג מיט אן iOS־אפ
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל־אנווענדונג רעדאַקטירונג רעדאקטירונג מיט אן iOS־אפ
שורה 63: שורה 63:


"וויקיפּידיע" האט מיליאַנען וואלענטורן פון די גאָרער וועלט וואָס געבן זיך אַפּ צו טענה'נען און מלבן זיין מיליאנען סוגיות טעגליך. דערווייל ארבייט עס מורה'דיג, ווייל ס'איז מענטשען פון אלע מינע געזעלשאפטן און מדינות, יעדער איינער ווייסט עפּעס אנדערשט וואס דער אנדערע ווייסט נישט. מיר זענען אלע מיד און קראנק פון אויסהערן אַפּאר יחידים וואס זאגן אונז וואס מיר מעגן גלייבן און וואס נישט, פון היינט מאל אן זענען מיר די וואס האבן א מיינונג און מיר העלפן אנדערע צו קענען גלייבן און אנעמען וואס מיר האבן צו פארקויפן דורך געבן זיי א כוח צו פארעכטן אונזער מיינונג, און מיר האבן א כוח זיי צו פארעכטן.
"וויקיפּידיע" האט מיליאַנען וואלענטורן פון די גאָרער וועלט וואָס געבן זיך אַפּ צו טענה'נען און מלבן זיין מיליאנען סוגיות טעגליך. דערווייל ארבייט עס מורה'דיג, ווייל ס'איז מענטשען פון אלע מינע געזעלשאפטן און מדינות, יעדער איינער ווייסט עפּעס אנדערשט וואס דער אנדערע ווייסט נישט. מיר זענען אלע מיד און קראנק פון אויסהערן אַפּאר יחידים וואס זאגן אונז וואס מיר מעגן גלייבן און וואס נישט, פון היינט מאל אן זענען מיר די וואס האבן א מיינונג און מיר העלפן אנדערע צו קענען גלייבן און אנעמען וואס מיר האבן צו פארקויפן דורך געבן זיי א כוח צו פארעכטן אונזער מיינונג, און מיר האבן א כוח זיי צו פארעכטן.

== בעסטער סיסטעם ==

איז דאס פּראָבלעמען ריין? אַבסאַלוט נישט! אָבער אזוי ווי "[[דעמאקראטיע|דעמאָקראַטיע]]": דאָס איז דערווייל די בעסטע סיסטעם פאַר אינפאָרמאַציע ביז אהער זינט די באַשעפעניש פון היסטאַריע.



== זעט אויך ==
== זעט אויך ==

רעוויזיע ביי 15:50, 5 סעפּטעמבער 2021

לאגא פון וויקיפעדיע.

װ‫יקיפּעדיע איז אַ פֿילשפּראַכיקער פּראָיעקט (לעת עתה:288 שפּראַכן) צו שאַפֿן אַ גענױע און פֿולשטענדיקע ענציקלאָפּעדיע. איר נאָמען איז אַ צוזאַמען שטעלונג פֿון צװײ װערטער: וויקי און "פּעדיע".

עס ‫קומט אין אָפֿענעם פֿרײַען פֿאָרמאַט, געבױט אױף אַ ספּעציעלער פּראָגראַם מיטן נאָמען וויקי (מײנענדיק שנעל און געשװינד אױף האַװײַיִש), װאָס מאַכט די ענציקלאָפּעדיע װי אַ רשות הרבים װאָס יעדער אײנער קען זיך באַטײליקן, ענדערן, רעדאַקטירן, רעאַגירן, מעקן, און אַלײנס אָפּשרײַבן כל מיני אַרטיקלען.

די וויקיפעדיע פראיעקט האט אנגעהויבן מיט דער ענגלישער וויקיפעדיע דעם 15טן יאנואר 2001. נאכהער זענען געקומען די וויקיפעדיעס אויף אסאך אנדערע שפראכן.

אום 12טן יולי 2007 זענען געווען אין דער ענציקלאפעדיע 7.83 מיליאן ארטיקלען אין אלע שפראכן געשאפֿן דורך 8.04 מיליאן באניצערס[1] כולל בערך צוויי מיליאן ארטיקלען אין ענגליש.[2] צוזאמען אנטהאלטן די וויקיפעדיעס 1.40 מיליאן פֿרייע בילדער.

גרינדער און פירער פון וויקיפעדיע

דער גרינדער און פרעזידענט איז איינער אין סאן פראנסיסקא זשימי וועילס, דאס איז קודם צושטאנד געקומען דורך א פירמע וואס איז געווען אן ענציקלאפידיע, אבער נאכן איינזעהן אז דער אידיאל איז א פאטענציאל פון אומגעהוירע הצלחה, האבן זיי דאס געמוזט אויפגעבן און מאכן פאר א נחלת הכלל א רשות הרבים וואס יעדער איינער איז אייניג בעל הבית, און עס באלאנגט נישט פאר קיינעם. די ענגלישע אפטיילונג איז געווען די ערשטע וויקיפעדיע שפראך, עס האט זיך געפענט יאנואר 2001.

הילף אינהאַלט



היסטאריע: פון ביזנעס צו נאן-פּראַפיט ארגאניזאציע

היינט צוטאג איז דאס פובליק און איז נישט קיין רכוש פרטי, עס האט אינגאנצן דריי באצאלטע ארבעטערס. דעריבער טראגט דאס א דאמיין אדרעסע, וויקיפידיע דאט. ארג —אנשטאט דאט. קאם — ווייל עס איז א ארגאניזאציע און נישט קיין ביזנעס. דאס אז סאיז נישט קיין ביזנעס פארענטפערט פארוואס וויקיפעדיע אטראקט אזויפיל באנוצער, ווייל דער נדבן פון אינפארמאציע ווייסט אז קיינער ווערט נישט רייך אויף זיין חשבון.

די גרינדער ווילן נישט אויסשליסן אז זיי גייען קיינמאל נישט אנעמען קיין רעקלאמעס, ווייל אויסהאלטן אזויפיל סערווערס קאסט הון תועפות, דערווייל מאכן זיי די פארלאנגטע פאר הונדערט טויזנט דאלער פון נדבות, און זיי ווייסן אז דער רגע וואס זייי וועלן דאס אנהייבן מאכן א ביזנעס ווי גוגל, וועלן די מיליאנען באנוצער פארלאנגען זייער אייניגער טייל און וועלן נישט ווייטער ארבעטן אויב איינער וועט מאכן געלט אויף זייער רוקן.

דאס באזארגט אבער נישט די מיליאנען וואלונטירן וואס שרייבן אין דער וויקיפעדיע ווייל דער רגע וואס "זשימי" מאכט דאס פאר א ביזנעס קען מען געבן א קאפי די גאנצע דאטעבאזע צו אן אנדערער דאמיין, ווייל בשעת'ן שרייבן ערקלערט מען אז די אינפארמאציע איז מופקר פאר יעדן און קיינער קען נישט פֿאדערן בעלות אויף גארנישט פון וויקיפעדיע.

זייער פאפולער

די גרעסטע אינטערנעט זוך מאשין גוגל לייגט רוב מאל די רעזולטאטן פון ווערטער קודם די וויקיפעדיע ארטיקלען פון דעם ווארט, ווייל דער וועג וואיזוי גוגל ארבעט, זיי לינקן לויט דעם סדר פון בלאט ראנק ווער ס'האט די מערסטע לינקען צו אים איז אויבן אן. און וויבאלד וויקיפעדיע לינקט דאס מערסטע צו זייערע בלעטער ווערט עס אנערקענט אלס זייער פאפולער און גוגל לייגט דאס פון די ערשטע שורות. [פֿעלט אַ מקור]

דורכשניטלעך אין אן אלגעמיינער טאג ציילן אירע באזוכער ארום 912,000.

אויך איז דאס ציענד, ווייל עס געט יעדן א געלגענהייט צו זיין א שפילער אין די אינפארמאציע אנדערשט ווי א נארמאלע ענציקלאפידיע וואס איז נאר א איין וועג קאמיוניקאציע פון ליינען, איז דאס די געלעגנהייט פארן ליינער צו אויסבעסערן און מעקן און עדיטן וואס ער האלט אז עס איז נישט גוט אדער קען זיין בעסער.

פרייהייט איז דער גרונט און סטרוקטור

דער יסוד פון וויקיפעדיע, איז אז מיר זענען א פרייע פלאץ, קיינער קען נישט מעקן אן אנדערן אן קיין צופרידענשטעלנדער אויפקלער און הסבר, און דאס וואס איינער איז א דירעקטאר, אנטוויקילער אדער העכער, מיינט נאר צו האלטן די סיסטעם טעכניש אין סדר, און נישט אז זיין מיינוג האט מער האפט און ווערט לגבי די טעמעס.

אויב איינער האלט אז דער אנדערער האט געשריבן צו עקסטרעמיסטיש בעסערט מען דאס אויס, און דער אנדערע קען נאכדעם צוריקומען און צוריק פארבעסערן לויט זיין שכל, קיינער קען נישט זאגן אז יענער איז עקסטרעם, - און מעקן אן קיין ספעציפישער הסבר ווי און וואס ער איז נישט גערעכט, אין רעדן בלאט פון ארטיקל אדער באנוצער. דאס איז דער גאנצער געדאנק פון וויקיפעדיע אין קאנטראסט פון ענציקלאפעדיע.

דער איינציגסטער און הויפט מעלה וואס וויקיפעדיע האט איז אז זי איז פריי, אויב איז דא דיקטאטארשאפט איז דאס אן אנציקליפידיע, און אויב מ'באמערקט דיקטאטורשאפט פון א באנוצער אדער דירעקטאר, דארף מען קענען ענגליש און באריכטען די פארברעך צו העכערע אנפירערס אין וויקיפעדיע, זיי וועלן יענעם אומשעדליך מאכן, און העלפן בויען און אטראקטן נאך שרייבער און ליינער וואס וועלן איינזעהן אז סאיז זייער א זאך און זיי זענען פולע און גלייכע שותפים צו דעם פראיעקט און זייער מוה פלאג הארוואניע און צייט גייט נישט לטמיון.

מיר מאכן וואלן אויף יעדן איינציגן חילוקי דעות וואס ווערט געבוירן.

וויאזוי מיר היטן אויף די נייטראלקייט פון יעדן ארטיקל? זעהט: נייטראלקייט

איז וויקיפעדיע באגלייבט? זעט: באגלייבטקייט און קראנטשאפט פון וויקיפעדיע

וויאזוי ווערט מען א סיסאפ? זעה: אדמיניסטראציע

פאַרוואָס זאָל מען שרייבן אויב יעדער וואַנדאַל קען דאָס באַלד אויסמעקן?

  1. מ'קען דאס זייער גרינג צוריק שטעלן. יעדער איינער קען מיט איין קוועטש דאס צוריקדרייען
  2. דער וואנדאל ווערט בלאקירט דורך די מנהלים אין איין סעקונדע.
  3. אלע געמעקטע ווערסיעס ווערן אפגעהיט אין דער היסטאריע זייט. ממילא איז קיינעמ'ס ארבעט קיינמאל נישט געגאנגען לטמיון.
  4. מ'קען נישט מעקן אן א צופרידנשטעלנדע אויפקלערונג. אויב איינער מעקט אן קיין אויפקלערונג איז ער אטאמאטיק א וואנדאל, און נאכן ווארענען צוויי דריי מאל ווערט ער בלאקירט אויף שטענדיק.
  5. די אויסמעקן איז אבער דער הויפט מעלה פון וויקיפעדיע. ווייל אויב איך וואַרף מיינע דעות פאַרן המון קען דאָס נישט ווערן ערגער נאָר בעסער, ווייל איך איינער אַליינס בין מער איינזייטיג און אומוויסענד ווי דער רוב פון הונדערטע מענטשען ביינאַזאַם וואָס רעדן זיך דורך. מען דאַרף זיין זייער אַ גרויסע בעל גאווה זיך צו פאַפּן און זאָגן אַז מען פאַרשטייט בעסער פון א מערהייט.

דער אמת איז, אַז ס'וועט אייביג זיין יחידים מיט שמאָלע אַגענדעס וואָס וועלן מעקן גוטע זאַכן און שרייבן פאַלשע אינפאָרמאַציע. אָבער דאָס מערהייט מענטשען וואָס קומען זיך צוזאַמען אויף איין פּלאַץ זיך דורכרעדן, ווערן זייערע פּערזענליכע דיפערענצן פאַרמינערט און פאַרלוירן, קעגן דעם מעכטיגען רוב פון זייערע שותפות'דיגע גוטע אמת'ע דעות און אינפאָרמאַציע. קומט אויס אַז סוף טאָג וועט דער אמת און יושר זיגן.

דער כוח פון וויקי; עס פאראייניגט פארשידנארטיגע און קעגן זייטיגע מיינונגען

וויקי איז אַ קאָמפּיוטער פּראָגראַם געווידמעט ספּעציעל צו ערייכען דעם ציל, עס געבט די כוח פון רוב דעות אויסצומעקן און פארעכטן די טעות'דיגע פאלטשע פּערזענליכע איינזייטיגע אינפאָרמאַציע וואָס פארדרייען דעם אמת. ווייל דער בעסטער מיטל צו וויסן וואס איז פאלטש איז דער כוח הרבים וואס זענען דן נאכאמאל און נאכאמאל ביז מען איז מלבן די סוגיא.

אַלע תיקונים און רעאַקציעס פון יעדער ענין קען יעדער איינער ליינען און אָפּמאכן אויב עס איז באַרעכטיגט, אויב באַשליס איך אָדער אַן אנדערער ליינער אַז דאס איז בטעות געטוישט געווארן קען מען דאס צוריק פארעכטן. אויב דאס ווערט א לאנגער קאמף אַהין און צוריק איז דא ספּעציעלע פּאָליציי מיט מער כוח פון דעם המון, אויב האט איר טענות אז דער פּאליציי מאן האט געמעקט שלא ביושר איז דא מיליאנען ראנגען העכער אים וואס קענען אים אוועקנעמען זיין כוח, געווענליך ווי לענגער מ'שרייבט ווערט מען א גרעסערער ראנג אינעם היראַכיע, וואס מאכן אפּ וואַס איז יושר.

די וויקי פּראָגרעם ווערט היינט צוטאָגס זייער אויפגעכאַפּט, מער און מער, אסיפות מיטונגען פון ביזנעס און פאליטיק און אנדערע צילן ענדיגן זיך מיט א "וויקי" פרעזענטאציע אויף א גרויסן סקרין וואס אלע לעפּטאַפּס פון די באטייליגטע זענען צוגעבינדען און דער עולם ארבייט אויף די זיץ פלעצער זעהנדיג יעדן'ס עדיטס, מ'מעקט, פארעכט, און מ'רעדט, ביז עס ווערן אויסגעפארעמט פאראייניגטע רעזולוציעס, אגענדעס און שלוסן פון די מיטונגען.

כח הרבים

"וויקיפּידיע" האט מיליאַנען וואלענטורן פון די גאָרער וועלט וואָס געבן זיך אַפּ צו טענה'נען און מלבן זיין מיליאנען סוגיות טעגליך. דערווייל ארבייט עס מורה'דיג, ווייל ס'איז מענטשען פון אלע מינע געזעלשאפטן און מדינות, יעדער איינער ווייסט עפּעס אנדערשט וואס דער אנדערע ווייסט נישט. מיר זענען אלע מיד און קראנק פון אויסהערן אַפּאר יחידים וואס זאגן אונז וואס מיר מעגן גלייבן און וואס נישט, פון היינט מאל אן זענען מיר די וואס האבן א מיינונג און מיר העלפן אנדערע צו קענען גלייבן און אנעמען וואס מיר האבן צו פארקויפן דורך געבן זיי א כוח צו פארעכטן אונזער מיינונג, און מיר האבן א כוח זיי צו פארעכטן.

זעט אויך


וועבלינקען

רעפערענצן

  1. מעטא-וויקי, רשימה פֿון וויקיפעדיעס,
  2. ענגלישע וויקיפעדיע, סטאטיסטיק