אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עבי שטיין"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ רעדאַקטירונגען פֿון ששון צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון 2603:7000:3400:2918:804A:ADC9:D9C3:E558
טאַג: צוריקדריי
אין תקציר עריכה
שורה 35: שורה 35:
[[קאטעגאריע:טראנסזשענדערס]]
[[קאטעגאריע:טראנסזשענדערס]]
[[קאטעגאריע:עסקנים]]
[[קאטעגאריע:עסקנים]]
[[קאטעגאריע:אייניקלעך פון בעש"ט]]
[[קאטעגאריע:שטיין פאמיליע]]
[[קאטעגאריע:טווערסקי פאמיליע]]

רעוויזיע ביי 20:35, 19 אויגוסט 2021

אביגיל ביי א דרשה אין דעם קאליפארניע אוניווערסיטעט

אביגיל ״עבי״ חוה שטיין (ענגליש: Abby Stein; געבוירן דעם 1טן אקטאבער 1991 מיטן נאמען "ישראל אברהם (שרולי) שטיין") איז אן אמעריקאנער טראנסזשענדער אקטיוויסטקע,[1] שרייבערין, רעדנער, און אפגעפארענער געוועזענער חסיד.

ביאגראפיע

אביגיל חוה, וועלכע איז מער באקאנט איבעראל אלס "עבי", איז געבוירן געווארן אין 1991 אין וויליאמסבורג, אלס א יונגל מיטן נאמען ישראל אברהם שטיין, צו איר פאטער רבי מנחם מענדל שטיין דער סאווראנער רב און זון פונעם פאלטיטשאנער רבי, רבי מרדכי שטיין, און צו איר מוטער רעביצען חיה שיינדיל, טאכטער פון רבי יוסף משה מייזליש, דער געוועזענער ווייטצענער רב פון ברוקלין. זי איז אויך אן אייניקל פונעם בעל שם טוב דער גרינדער פון חסידות.[2] זי איז דאס זעקסטע קינד פון 13 געשוויסטער. אלס קינד איז זי געגאנגען לערנען אין חסידישע מוסדות. שפעטער האט עבי געלערנט אין דער וויזשניצער ישיבה אין דעם וויזשניצער שטעטל אין קייאמישע לעיק ניו יארק.

אין יאר 2010 האט שטיין געהייראט מרת פריידא הורוויץ וואס קומט אויכעט פון א רעבישער-משפחה, א קורצע צייט נאך דער חתונה איז זיי געבוירן זייער איינציגסטע קינד, דוד. אין יאר 2012 האט זי איבערגעלאזט די חרדישע געמיינדע און דעם חסידישן לעבן-שטייגער, און האט זיך גע'גט.

אין יאר 2015 איז זי ארויסגעקומען אלס א טראנסזשענדער פרוי, און צוליב דעם האט איר משפחה אפגעהאקט סיי וועלכער קאנטאקט מיט איר. עבי'ס געשיכטע איז געווען באשריבן און אלע גרויסע צייטונגען אין אמעריקע, [3] און אין ישראל.[4] דער ערשטער ארטיקל איז געווען אין דער צייטונג פארווערטס אויף דער אידישער שפראך.[5]

אין יאר 2014 איז שטיין געווארן א סטודענטקע אין דעם פּרעזסטישפולן קאלומביע אוניווערסיטעט וואו זי האט שטודירט פרויען און מין (אידענטיטעט) שטודיעס, און די וויסנשאפט פון פירערשאפט.

שטיין איז הײַנט אַ באַקאַנטע מעדיאַ־רעדנער, און מען האָט געשריבן וועגן איר אין דער „ניו־יאָרק טײַמס און „ניו־יאָרק פּאָסט, און זי איז געוואָרן אַ מעדיאַ־סענסאַציע.[6]

זעט אויך

וועבלינקען

רעפערענצן