אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דוד טווערסקי"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַג: צוריקגעשטעלט
שורה 103: שורה 103:
{{סעריע|פֿריערער= רבי [[יעקב יוסף טווערסקי]]|נעקסטער= ''היינטיקער'' |ליסטע=דער [[סקווירא (הויף)|סקווערער]] [[רבי]]|יאר = תשכ"ח -}}
{{סעריע|פֿריערער= רבי [[יעקב יוסף טווערסקי]]|נעקסטער= ''היינטיקער'' |ליסטע=דער [[סקווירא (הויף)|סקווערער]] [[רבי]]|יאר = תשכ"ח -}}
{{גרונטסארטיר:טווערסקי, דוד}}
{{גרונטסארטיר:טווערסקי, דוד}}
[[קאַטעגאָריע:אדמורי"ם]]
[[קאַטעגאָריע:אמעריקאנער אדמורי"ם]]
[[קאַטעגאָריע:אמעריקאנער אדמורי"ם]]
[[קאַטעגאָריע:אייניקלעך פון בעש"ט]]
[[קאַטעגאָריע:אייניקלעך פון בעש"ט]]

רעוויזיע ביי 02:44, 2 אויגוסט 2021

דוד טווערסקי
סקווערער רבי
רבי דוד טווערסקי טאנצט מיט א ספר תורה
רבי דוד טווערסקי טאנצט מיט א ספר תורה
געבורט כ"ו תשרי ה'תש"א
יאס, רומעניע
חסידות סקווירא
פירערשאפט ה'תשכ"ח-
הויף ארט שיכון סקווירא, ראקלענד קאונטי, ניו יארק
נומער אין דינאסטיע 4
פאריגער רבי יעקב יוסף טווערסקי
פאטער רבי יעקב יוסף טווערסקי
מוטער מרת טראני טווערסקי
ווייב חנה חיה האגער
קינדער אהרן מנחם מענדל טווערסקי
יצחק טווערסקי
הינדא טווערסקי
ציפורה גאלדמאן
סימא מירל האגער
יעקב יוסף טווערסקי
חיים מאיר טווערסקי

רבי דוד טווערסקי (געב' כ"ו תשרי ה'תש"א) איז דער מנהיג פון די סקווערער חסידים און פון סקווערער שטעטל אין ניו יארק.

לעבנסגעשיכטע, פירערשאפט און אייגנשאפטן פונעם רבי'ן

רבי דוד איז געבוירן אין יאר ה'תש"א, אין דער שטאט יאס, רומעניע, אלס א בן יחיד צו זיין פאטער הרה"ק רבי יעקב יוסף טווערסקי, דער פריערדיגער סקווערער רבי און גרינדער פון שיכון סקווירא וועלכער געפינט זיך אין הינטערלאנד ניו יארק, און צו זיין מוטער מרת טראני טווערסקי, א טאכטער פון רבי פינחס טווערסקי פון אוסטילע), און אן אייניקל פון הרה"ק מהרי"ד מבעלזא. אין יאר ה'תש"ה האט די משפחה זיך אריבערגעצויגן קיין בוקארעשט, און ער איז געקומען קיין אמעריקע אין יאר ה'תש"ח, אינאיינעם מיט די עלטערן און די איבעריגע משפחה. ער האָט חתונה געהאַט אין ט"ו באב ה'תשי"ט אין קרית וויזשניץ בני ברק, מיט הרבנית חנה חיה האגער, די עלטסטע טאכטער פון הרה"ק רבי משה יהושע האגער, דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון בני ברק, און פון מרת לאה אסתר. זייענדיג 28 יאר אלט אין יאר ה'תשכ"ח, נאך דער פטירה פון זיין פאטער, האט ער איבערגענומען די רביסטעווע.

זיינע חסידים זענען פארגלייבט פאר יעדעס ווארט וואס ער זאגט נאר און האלטן פון אים גאר שטארק, און בכלל וועלן חסידי סקווירא באשיצן זייער רבי'ן פאר יעדן פרייז. דער סקווערער רבי איז באקאנט אלס א וואונדערליכער פועל ישועות וואו פילצאליגע אידן ווערן ערמוטיגט, אויפגעראכטן, און געהאלפן פון זיינע ברכות.

ספעציעל איז ער באקאנט אלס א גרויסער מומחה אויף דאקטוירים און רפואה, און צוליב זיין באהאוונטקייט און וויסנשאפט אינעם מעדיצינישער געביט קומען צו אים מענטשן אפילו פון זייער ווייטע פלעצער אום דורכרעדן מיט אים וועגן עניינים פון רפואה, און באקומען בעראטונג. דער רבי איז באוואוסט מיט זיין אהבת ישראל. טאג טעגליך שטראמען צו אים זיך פראווען, מענער און פרויען אפילו פון די שוואכסטע שטאפל, פון אלע קרייזן און סארטן, רייכע מיט ארימע, פרומע און פרייע, און אזוי ווייטער, וועלכע ער נעמט אייביג אויף מיט א ברייטן שמייכל. און ער הייסט היינט איינער פון די גרעסטע פראווערערס, זייענדיג אפען פארן ציבור יעדן טאג אכט שעה.

טראץ זיין צימליך הויכן עלטער, פארפאסט ער נישט צו פירן דריי טישן יעדן שבת, אן קיין תירוצים.

דער סקווערער רבי איז באוואוסט אויף דעם וואס ער רירט זיך נישט אוועק פון דאס וואס "דער טאטע" האט געטון. און האלט אן טראץ זיין שוואכקייט און הויכן עלטער קע"ה, אלע מנהגים, תעניתים, וסגופים פון דער סקווערער רבי ז"ל.

דער רבי איז אויך באוואוסט אלס איינער וואס דערווייטערט זיך פון יעדן מחלוקת אזוי ווי פון א פייער, און ער איז קיינמאל נישט געווען פארוויקלט אין סיי וועלכער שטרייט, און אזוי האט ער אויך אויפגעצויגן זיינע קינדער וועלכע האלטן זיך אייביג באחדות און שטיצן איינער דעם צווייטן מיט ליבשאפט און הויכער שאצונג, אן זיך אריינמישן אין קיין שום מחלוקת. צווישן אנדערע, צוליב דעם פאקט איז ער אנגענומען כמעט ביי אלע קרייזן און שיכטן פונעם חרדי'שן אידנטום.

משפחה

ער איז דער נענטסטע אייניקל צום הייליגן בעל שם טוב, זייענדיג דער זיבעטער דור. דער ייחוס איז: רבי ישראל בעש"ט

  1. רבי צבי הערש, זון פונעם בעל שם טוב
  2. רבי אהרן טיטיעווער, זון פון רבי צבי הערש
  3. רבי ר' נפתלי צבי פון סקווירא (ר' הערשעלע סקווערער)
  4. רבי יצחק טווערסקי פון סקווירא (איידעם פון רבי הערשל)
  5. רבי דוד פון סקווירא
  6. רבי יעקב יוסף
  7. רבי דוד טווערסקי

דער סקווערער רבי און זיין רעביצין מרת חנה חיה האבן פיר זין און דריי טעכטער. זיי זענען:[1]

משמשים בקודש

געוועזענע גבאים:

הרה"ח ר' ישעי' יואל אונגאר ע"ה, א זון פונעם קאפאווארער רב הי"ד, און ברודער פונעם סקווערער דיין - הגאון ר' זלמן אונגאר זצ"ל.

הרה"ח ר' יושע פרידמאן ע"ה, מזקני חסידי מהר"א מבעלזא, וואס האט אים געשיקט אלס באהעלפער און הויז-גבאי צום אלטן סקווערער רבין זצוק"ל.

היינטיגע גבאים:

הרה"ח ר' דוד בערגער, א זון פונעם לעגאנדארן עסקן און פייערדיגע חסיד - ר' חיים בערגער ע"ה, און איידים פונעם אלטן גבאי ר' יושע פרידמאן ע"ה.

הרה"ח ר' אהרן פרידמאן, דעם רבינס הויז-גבאי, אויפ'ן ארט פון זיין פאטער, דער אלטער גבאי ר' יושע פרידמאן ע"ה.

הרה"ח ר' אברהם ביינוש אייזנבערג, א זון פונעם מחנך ברוך אייזנבערג, און איידעם פון ר' שלום בער פישל - דער העכסטער הויפ'ס מיניסטער.

תקנות ומנהגים

אין זיינע צייטן, ארבעט ער צו אוועקגעשטעלן פארשידענע מנהגים און תקנות פונעם שטעטל.

  • א פרוי אין שטעטל פירט נישט קיין אויטא. [אויסער דעם וואס עס איז בדיעבד אז א פרוי זאל זיצן אינעם פאדערשטן זיץ אין יעדן אויטא]
  • אלע פרויען וואס האבן חתונה געהאט אומגעפער זינט דאס יאר תשנ"ה, זענען נישט ערלויבט צוגיין אן אויפגעדעקטע שייטל, נאר עס מוז זיין פארדעקט כאטש רוב קאפ, מיט כאטשיג וואס.
  • אלע חסידים זאלן געהערן צו א 'חבורה', ווי מ'קומט זיך צוזאמען פון צייט צו צייט אויף התחזקות אין תורה וחסידות. [די חבורות זענען אומגעפער צווישן צען ביז דרייסיג חברים, צומאל ווערט עס געפירט דורך א ראש החבורה, צומאל בלויז דורך א גבאי החבורה, און עס ציילט זיך היינט שוין אן א צאל חבורות אינעם שטעטל און אין די סקווערע שטיבלעך איבער די וועלט]
  • מען זאל לערנען יעדן טאג כאטש א שעה ברבים, אין ביהמ"ד, און אויב עס איז אומעגליך, דאן כאטש א האלבע שעה. און יעדע שטיק צייט מאכט די "וועד חברי תורה ותפלה" א קונטרס מיט די אלע נעמען פון די וואס לערנען יעדן טאג, און זיי טראגן עס אריין צום רבי'ן, וואס דריקט זיך אייביג אויס איבער זיין גרויסע הנאה דערפון, און וואונטש אן.
  • ספרי חסידות יומי איז א לימוד וואס אלע סקווירא חסידים לערנען חסידישע ספרים טעגליך, פאר בערך צען מינוט.

די ספרים וואס מ'האט שוין געלערנט אין די מסגרת פון ספרי חסידות יומי:

בת עין
מגן דוד
רב ייבי
מאור ושמש
אורח לחיים
מבשר צדק
תורי זהב
מאור עינים

וועבלינקען

רעפערענצן

  1. משפחה 823 (תשס"ח) עמ' 34
פֿריערדיגער:
רבי יעקב יוסף טווערסקי
דער סקווערער רבי
תשכ"ח -
נאָכפֿאלגער:
היינטיקער