אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יוסף מפוזנא"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 23: שורה 23:
[[קאַטעגאָריע:רבנים|מפוזנא]]
[[קאַטעגאָריע:רבנים|מפוזנא]]
[[קאַטעגאָריע:אחרונים]]
[[קאַטעגאָריע:אחרונים]]
[[קאַטעגאָריע:מחברי ספרים]]
[[קאַטעגאָריע:פוילישע רבנים]]
[[קאַטעגאָריע:פוילישע רבנים]]
[[קאַטעגאָריע:רבנים אין אייראפע]]
[[קאַטעגאָריע:רבנים אין אייראפע]]

רעוויזיע ביי 01:55, 2 אויגוסט 2021

הגאון הצדיק רבי יוסף לאנדא פון פוזנא (ה'תצ"וה' אדר ה'תקס"א), וועמען מ'האט גערופען יוסף הצדיק מיט גרויס אכטונג.

ביאגראפיע

ר' יוסף איז געבוירן אום יאר ה'תצ"ו צו זיין פאטער ר' משה פינחס היילפערין, דער פרנס פונעם וועד ארבע ארצות אין לעמבערג, און צו זיין מוטער מרת רבקה, די טאכטער פון ר' ישראל איסר, פון די קהילה פירער אין זאלקווע.

ער איז א חתן געווארן גאר יונג, מיט הרבנית פריידא, די טאכטער פונעם נודע ביהודה. דאן האט ער געדינט אלץ רב אין יאמפאלע נאך זיין שווער, און צוליב דעם האט ער זיך גערופן אויפן פאמיליע נאמען 'לאנדא', לכבוד זיין גרויסן שווער.

אויסער זייענדיג א פוסק הלכות, איז ער געווען באוואוסט מיט זיין הייליגקייט, אז מ'האט עהם גערופן 'רבי יוסף דער צדיק'. און זיין שווער האט אים גאר שטארק געשעצט, און געשריבן אויף אים זעלטענע גרויסע לויב רייד.

פונעם יאר ה'תקל"ג האט רבי יוסף געדינט אלס רב אין עטליכע שטעט; אין יאבראוו, וויטקאוו, און אין סקאהל, און אין יאר ה'תק"ם האט מען אים אויפגענומען צו דינען ווי הויפט רב אין פוזנא.

ער איז אוועק אום ה' אדר ה'תקס"א, זייענדיג אומגעפער 75 יאר אלט, און מ'האט אים באהאלטן אין דער שטאט פוזנא, דארט וואו ער האט געדינט אלץ רב די שפעטסטע צוואנציג יאר.

פון זיינע חידושים איז געדרוקט געווארן א ספר "חידושי רבי יוסף מפוזנא". און שפעטערע יארן איז ארויסגעקומען נאך ספרים - פון זיינע געבליבענע כתבי ידות.

זיינע קינדער

  • רבי יהודה
  • רבי פנחס
  • רבי דוד
  • רבי ישראל משה