אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עקיבא וויינגארטען"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
חסידים
ד
שורה 10: שורה 10:
}}
}}


הרב '''עקיבא וויינגארטען''' (געבוירען [[ל' כסלו]] [[ה'תשמ"ה]]), איז דער רב פון דרעזדען, דייטשלאנד, פון קהילת "מגוון" אין באזעל, שווייץ, מייסר קהילת היכל בעש"ט אין בני ברק, קהילת בעש"ט אין בערלין און דער נשיא פון [[ישיבת בעש"ט דרעזדן]].
הרב '''עקיבא וויינגארטען''' (געבוירען [[ל' כסלו]] [[ה'תשמ"ה]]), איז דער רב פון דרעזדען, דייטשלאנד, פון קהילת "מגוון" אין באזעל, שווייץ, מייסד קהילת היכל בעש"ט אין בני ברק, קהילת בעש"ט אין בערלין און דער נשיא פון [[ישיבת בעש"ט דרעזדן]].


== ביאגראפיע ==
== ביאגראפיע ==

רעוויזיע ביי 19:43, 29 מערץ 2021

הרב עקיבא וויינגארטען
הרב עקיבא וויינגארטען
געבורט 23 דעצעמבער 1984 (אלט 39)
ל' כסלו ה'תשמ"ה
מאנסי, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טעטיקייט ארט דייטשלאנד
באלאנג חסידים
אמטן רב פון: דרעזדן, מגוון געמיינדע באזעל, און ישיבת בעש"ט דרעזדען
זיינע רביס הרב מרדכי גרוס, רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים
rabbiweingarten.com
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב עקיבא וויינגארטען (געבוירען ל' כסלו ה'תשמ"ה), איז דער רב פון דרעזדען, דייטשלאנד, פון קהילת "מגוון" אין באזעל, שווייץ, מייסד קהילת היכל בעש"ט אין בני ברק, קהילת בעש"ט אין בערלין און דער נשיא פון ישיבת בעש"ט דרעזדן.

ביאגראפיע

דער רב איז געבוירן געווארן ל' כסלו תשמ"ד אין מאנסי, ניו יארק צו זיין פאטער הרב יוסף וויינגארטען, דיין בבית דין עזר המשפט אין מאנסי, און צו זיין מוטער מרת שרה גיטל, טאכטער פון הרב משה גאביוף, אב"ד בית דין אבן המשפט אין מאנסי. ער האט געלערנט אין סאטמאר חיידר אין לייקוואד ניו דזשערסי, אין ישיבת חיי תורה אין מונסי וואו ער האט באקומען היתר הוראה ביי 17 יאר אלט, און שפעטער האט ער געלערנט אין מירער ישיבה אין ירושלים.

עסקנות / רבנות

הרב וויינגארטען האט געגרונדעט דער "היכל בעש"ט" שול אין בני ברק וואו ער האט אבער נישט מסכים געווען צו זיין אפיציעל רב, ער האט דעמאלסט געארבייט אלס ר"מ אין ישיבת שער התלמוד אין בני ברק און אלס משגיח אין ישיבת תפארת שמואל אין ראשון לציון. ער איז געווען א באקאנטער עסקן אין בני ברק, ער האט אויך געשריבען פיהל ארטיקלען בענייני השעה אין פארשידינע אינטערנער צייטונגען. ער איז געווען מקורב צו אסאך אדמו"רים און רבנים, צווישען זיי, האדמו"ר מראחמסטריווקא, האדמו"ר מויז'ניץ בני ברק, הרב מרדכי גרוס, האדמו"ר מביאלה בני ברק, האדמו"ר מסאטמאר (זלמן לייב), האדמו"ר מזלאטשוב מאנסי, האדמו"ר מסקולען און נאך.

אין דייטשלאנד

אין תשע"ד האט ער פארלאזט ארץ ישראל און איז געפארען קיין בערלין, בשעת ער האט שטאדירט יאדאיסטיק אין דעם פאטסדאם אוניווערסיטעט האט ער געגרינדעט די קהילה "היכל בעש"ט בערלין. אין תשע"ט איז ער גערופען געווארען צו זיין רב פון דרעזדן און פון די קהילה "מגוון" אין באזעל.


וועבלינקען

  • {{}}

רעפערענצן

{{ }}