אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שמעון ראלניצקי"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←‏דער שטערן: פארראכטן גראמאטיק
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל־אנווענדונג רעדאַקטירונג רעדאקטירונג מיט אן אנדרויד־אפ
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל־אנווענדונג רעדאַקטירונג רעדאקטירונג מיט אן iOS־אפ
שורה 13: שורה 13:
ווי אויך איז דא וואס זאגן אז ער איז געווען א פראמינענטער שרייבער אין דער אויסגאבע ״[[צייטשריפט]]״ וועלכע האט זיך זיך שוין פארמאכט אסאך יאר צוריק.
ווי אויך איז דא וואס זאגן אז ער איז געווען א פראמינענטער שרייבער אין דער אויסגאבע ״[[צייטשריפט]]״ וועלכע האט זיך זיך שוין פארמאכט אסאך יאר צוריק.



==ליבעראל געשטימט==
ראלניצקי איז ער א שטארקער [[ליבעראליזם|ליבעראלער]] גענויגטער [[מענטש]], וואס קען נישט באהאלטן זיין אגענדע אין די [[נייעס]] וואס ער סעלעקטירט, איינמאל איז ער אפילו ארויסגעוקמען אפן און קלאר מיט א לאנגן ארטיקל פארדאמענדיג די [[קאנסערוועטיוו]]ע אינגעלטייטשיקליך, וויאזוי ער האט זיי אנגערופן מיט שפאט און שאנדע, אז זיי הערן זיך צופיל צו צו [[טריפה]] [[ראדיא]] און בלויז וועגן דעם [[וויילן]] זיי פאר [[רעפובליקאנער]], ער האט צוגעזאגט א [[פארזענצונג]] אויפצוקלערן דעם [[עולם]] פארוואס די [[דעמאקראטן]] שטימען מער על פי תורה, אבער די [[רעדאקציע]] פון [[דער בלאט]] האט אים נישט געלאזט ווייטער שרייבן, ווארשיינליך צוליב די פילע [[טענה|טענות]] קעגן דעם בזיון, די אנגעבליכע סיבה פארוואס ער האט נישט קיין פארזענצונג איז געווען צוליב דער [[פטירה]] פון [[פרעזידענט]] [[ראנאלד רעיגען]], וואס איז שוין פארלאפן 3 יאר זינט דאן אבער ער איז נאכאלטס שטיל...


{{גרונטסארטיר:ראלניצקי, שמעון}}
{{גרונטסארטיר:ראלניצקי, שמעון}}

רעוויזיע ביי 01:36, 21 מערץ 2021

שמעון ראלניצקי איז א חרדישער זשורנאליסט וואס געהער זיך צו דעם ארונישן סאטמארער קרייז.

ער איז פון די ערשטע חסידישער שרייבער פון א סאטמארער קרייז וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אן קיין פארכט אדער שאנדע צו שרייבן ארטיקלען אונטער זיין ארגינעלען נאמען אן קיין מאסקע, אבער ער שרייבט אויך נאך ארטיקלען מיט א פענע נאמען ש. כהן און נאך.

זיין כח און טאלאנט ליגן בעיקר אין זיין געשמאקע שריפט סטייל און היסטאריע.

דער בלאט

אנגעהויבן זיין קאריערע האט ער אין דער צייטונג דער בלאט', זיין געלונגענקייט פון טייפן אסאך, האט אים געשטעלט סיי אלס דער פאליטישער קארעספאנדאט און סיי אלס דער אידישער וועלט קארעספאנדאט. (איבערנעמענדיג שיף און מילער נייעס אגענטור וואס איז געווען די ארבעט פון ר' אייזיק שניצלער, וואס ער גיט היינט ארויס די המספיק גאזעט און דער אידישער פלאם.) אויך גיט ער לאנגע אפהאנדעלונגען פון די ברענעדיגע פראגעס פון דער וואך.

דער שטערן

אבער האט זיך אליינס געפענט זיין מאגאזין דער שטערן, און אביסל שפעטער געפענט א שוועסטער אויסגאבע דער שפאקטיוו כדי עס זאל קענען ארויסקומען צוויי מאל אינעם חודש דער שטערן יעדן ראש חודש און דער שפאקטיוו קומט ארויס יעדן חצי חודש, און ווי עס איז באקאנט האבן זיך אנגעהויבן א געשריי איבער דעם וואס היימישע אויסגאבעס און ליטעראטור האבן אנגעהויבן זיך צו פארנעמען מיט צופיל אומאידישע ארטיקלען, און די רבנים האבן געשאפן א וועד לפיקוח, וואס איינער פון די גרעסטע דעה זאגער איז דער קאסאווער רב הר"ר שרגא פייוויש האגער, און עס איז כדי אנצומערקן אז דער שטערן/שפאקטיוו איז געווען דער פיאניר זיך צוצושטעלן צו דעם רוף פון די רבנים זיך צוצושטעלן אז זייער אויסגאבע זאל באקומען א הסכמה און עס זאל ווערן איבערגעקוקט דורך די רבנים צי עס איז ראוי אריינצוקומען אין אידישע הייזער. נאך 18 יאר ארויסגעבן ״דער שטערן״ האט ער חנוכה תשפ"א ארויסגעקומען מיט זיין נייער אויסגאבע "דער גלאק" וואס קומט אויך ארויס חודשליך.

ווי אויך איז דא וואס זאגן אז ער איז געווען א פראמינענטער שרייבער אין דער אויסגאבע ״צייטשריפט״ וועלכע האט זיך זיך שוין פארמאכט אסאך יאר צוריק.