אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יהודה צדקה"

פֿון װיקיפּעדיע
מ רעדאַקטירונגען פֿון 213.137.73.74 צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון פוילישער
טאַג: צוריקדריי
מ האט געשיצט "יהודה צדקה" ([רעדאַקטירן=נאָר פאַר אײַנגעשריבענע] (אומבאַשטימט) [באוועגן=נאָר פאַר אײַנגעשריבענע] (אומבאַשטימט))
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 19:44, 26 נאָוועמבער 2020

יהודה יהושע חיים צדקה
הרב יהודה יהושע צדקה
געבורט 13 יאנואר 1910
ג' שבט תר"ע
ירושלים, אטאמאנישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 20 אקטאבער 1991 (אלט 81)
י"ב חשוון תשנ"ב
ירושלים, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט סנהדריה בית עולם רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט פורת יוסף רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טעטיקייט ארט ירושלים
באלאנג חרדים ספרדים
אמטן ראש ישיבה פון פורת יוסף
זיינע רביס הרב יעקב חיים סופר, הרב עזרא עטייה
חיבורים קול יהודה
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב יהודה יהושע חיים צַדְקָה (ג' שבט תר"ע - י"ב חשוון תשנ"ב; 13טן יאנואר 1910 - 20סטן אקטאבער 1991) איז געווען דער ראש ישיבה פון פורת יוסף, א פראמינענטער ספרדישער רב, און איינער פון די גרינדער פון דער מעיין החינוך התורני נעצווערק.

נואם הרב יהודה צדקה
מציבה פון הרב צדקה

ביאגראפיע

הרב צדקה איז געבוירן געווארן אין ירושלים צו רב שאול צדקה (ברודער פון הרב צדקה חוצין) און זיין ווייב שמחה, א טאכטער פון פרחה, שוועסטער פון הרב יוסף חיים, דער ״בן איש חי״. מען האט אים געגעבן א נאמען נאך זיין זיידן - הרב יהודה סאמעך פון באגדאד. זיין מוטער האט אים צוגעגעבן דעם נאמען יהושע נאך א חלום, און ווען ער איז געווארן קראנק האט מען אים צוגעגעבן דעם נאמען חיים. ער האט געלערנט אין דער בני ציון חדר און אין דער פורת יוסף ישיבה. אין יאר תרצ"ד (1934) האט ער געהייראט פהימא באטאט. אין יאר תרצ"ז (1937) האט הרב עזרא עטייה אים באשטימט צו זאגן שיעורים אין פורת יוסף, אלס ממלא מקום פון הרב אליהו לאפעס וואס איז נפטר געווארן יענע יאר.‏[1] אין יאר תש"ל (1970) האט מען אים באשטימט ראש ישיבה.

זיין משפּחה

ער האט חתונה געהאט אין א ערשטע חתונה מיט רביצין פאהימא (באטאט). זייערע קינדער:

הרב יהודה צדקה ער האָט חתונה געהאַט א זיווג שני מיט רביצין תמר (טאכטער פון רבי מיימון אסודרי פון ישיבת פורת יוסף העתיקה).

זיינע תלמידים

פון רעכטס צו לינקס: הרב עובדיה יוסף, הרב יעקב עדס, הרב מאנצור בן שמעון און הרב צדקה
הרב יהודה צדקה (שטייעדיג) רעדט; אינמיטן הרב בן-ציון אבא-שאול

זיינע ספרים

  • קול יהודה דרושים אויף די פרשיות פון דער וואך, חידושים אויף הש"ס און מאמרים
  • הגדה של פסח - קול יהודה מיט מבוא (מהדורת חדד)

וועבלינקען

רעפערענצן

  1. גליון תור הזהב, הדרך, ו בחשוון תשע"ח, ראיון עם בנו הרב דוד צדקה
פֿריערדיגער:
הרב עזרא עטייה
ראש ישיבה פון פורת יוסף
צוזאמען מיט הרב בן ציון אבא שאול

תש״ל - תשנ״ב
"קול יהודה"
נאָכפֿאלגער:
הרבנים משה צדקה און שלום כהן