אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בית ישראל (געגנט)"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
זיי מבטל רי-ווערסיע 562820 פון אברהם סופר ירושלים (רעדן)
טאַגן: אַנולירן צוריקגעשטעלט
אין תקציר עריכה
טאַגן: שחזור ידני מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 1: שורה 1:
{{יישוב|סארט יישוב=שטעטל|הערב={{וויקידאטן|הערב בילד}}|מדינה={{פאן ישראל}}|בילד=רחוב זוננפלד בירושלים.jpg|באפעלקערונג={{וויקידאטן|באפעלקערונג}}}}
[[בילד:רחוב זוננפלד בירושלים.jpg|ממוזער|250px|הרב [[יוסף חיים זאנענפעלד|זאנענפֿעלד]] גאס (ספרים גמ"ח)]]
[[בילד:רחוב זוננפלד בירושלים.jpg|ממוזער|250px|הרב [[יוסף חיים זאנענפעלד|זאנענפֿעלד]] גאס (ספרים גמ"ח)]]
[[בילד:שכונת בית ישראל.jpg|שמאל|ממוזער|250px|הויז אויף הרב [[חיים שאול עבוד]] גאס]]
[[בילד:שכונת בית ישראל.jpg|שמאל|ממוזער|250px|הויז אויף הרב [[חיים שאול עבוד]] גאס]]

רעוויזיע ביי 22:31, 30 סעפּטעמבער 2020

בית ישראל (געגנט)
מדינה / טעריטאָריע ישראל
הרב זאנענפֿעלד גאס (ספרים גמ"ח)
הויז אויף הרב חיים שאול עבוד גאס
בית ישעיה געביידע פון מירער ישיבה אין בית ישראל
בית שלום געביידע פון מירער ישיבה אין בית ישראל

בית ישראל איז א חרדישער געגנט אין צפון ירושלים, צפון פון דעם מאה שערים געגנט. דער געגנט איז ארומגענומען מיט די גאסן מאה שערים, שבטי ישראל, שמואל הנביא און יואל. די גרויסע מירער ישיבה געפינט זיך אין בית ישראל.

דער נאמען "בית ישראל" קומט פונעם פסוק אין יחזקאל ל"ו 10: "וְהִרְבֵּיתִי עֲלֵיכֶם אָדָם כֹּל בֵּית יִשְׂרָאֵל כֻּלָה וְנוֹשְׁבוּ הֶעָרִים וְהֶחֳרָבוֹת תִּבָּנֶינָה". ס'איז דא א מסורה אז אין די צייטן פון צווייטן בית המקדש האט מען אין דעם געגנט געלייגט דעם אש פון די קרבנות וואס מען האט אראפגענומען פונעם מזבח.

היסטאריע

דער בית ישראל איז געגרינדעט געווארן אין די 1880ער יארן פאר יידן וואס האבן נישט געקענט צאלן די הויכע פרייזן פאר וואוינונגען אין מאה שערים. אין יענע יארן האט מען געבויט פיר קליינע געגנטן: שערי משה, עיר שלום, נחלת צבי און שערי פינה. אין אנהייב האט דער געגנט געהייסן דער 'נייער מאה שערים'. אין תרמ"ו (1886) האט הרב אריה לייב דיין געקויפט דעם שטח גאנץ ביליג צוליב דעם וואס דער געגנט איז געווען פול מיט וואסער.