אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מוזיק"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תנ״ך
שורה 6: שורה 6:

==היסטאריע==
==היסטאריע==

=== אין תנ״ך ===
מוזיק ווערט דערמאנט אין דער תורה צום ערשטן מאל אין בראשית אין דעם פסוק:
{{ציטירן|מרכאות=כן|תוכן=ושם אחיו יובל, הוא היה אבי כל תפש כנור ועוגב|מקור={{תנ"ך|בראשית|ד|כא}}}}
טייטש: און זיין ברודער׳ס נאמען איז געווען יובל, ער איז געווען דער פאטער פון יעדן וואס האלט א הארף אדער א פֿלויט.

ווען די יידן זענען אריבערגעגאנגען דעם ים־סוף, שטייט אין פסוק אז [[מרים הנביאה|מרים]] מיט אלע האבן געפויקט פויקן.

אין דברי הימים ווערט געברענגט באריכות וויאזוי די לוויים האבן געזונגען און געשפילט אינסטרומענטן ביי דער עבודה אין דעם [[בית המקדש]].

=== אוראלט עגיפטן ===
=== אוראלט עגיפטן ===
[[טעקע:Maler_der_Grabkammer_des_Nacht_004.jpg|טעקסט=|קליין|מוזיקער פון אמון, קבר פון נאכט, 18טע דינאסטיע[[Eighteenth dynasty of Egypt|,]] מערב Thebes]]
[[טעקע:Maler_der_Grabkammer_des_Nacht_004.jpg|טעקסט=|קליין|מוזיקער פון אמון, קבר פון נאכט, 18טע דינאסטיע[[Eighteenth dynasty of Egypt|,]] מערב טעבעס]]
אין דעם אלטן קעניגרייך פון עגיפטן האט מען געשפילט [[הארף|הארפֿן]], [[פלייט|פֿלייטן]] און [[טאפל-קלארינעט|טאפל-קלארינעטן]].<ref>[http://www.umich.edu/~kelseydb/Exhibits/MIRE/Introduction/AncientEgypt/AncientEgypt.html Music of Ancient Egypt] {{webarchive|url=https://web.archive.org/web/20151013114158/http://www.umich.edu/~kelseydb/Exhibits/MIRE/Introduction/AncientEgypt/AncientEgypt.html|date=2015-10-13}}. [[Kelsey Museum of Archaeology]], University of Michigan, Ann Arbor.</ref> ביזן מיטלען-קעניגרייך האט מען שוין צוגעלייגט צו ארקעסטערס שלאג-אינסטרומענטן, [[Lyre|לירעס]] און [[לוטע|לוטעס]]. אפטמאל האבן דזשימדזשעס<ref name="ucl">{{cite web|url=http://www.digitalegypt.ucl.ac.uk/metal/uc33268.html|title=UC 33268|publisher=digitalegypt.ucl.ac.uk|accessdate=27סטן אקטאבער 2015}}</ref> באגלייט מוזיק און טאנץ, אזוי אין [[עגיפטן]] היינט צוטאגס. עגיפטישע פאלקס-מוזיק זענען דער נענטסטער היינטיקער מוזיק-זשאנער צו אוראלט עגיפטישער מוזיק, מיט פיל פון אירע אייגנשאפטן, ריטמען און אינסטרומענטן.<ref>{{cite journal|last1=Hickmann|first1=Hans|year=1957|title=Un Zikr Dans le Mastaba de Debhen, Guîzah (IVème Dynastie)|url=|journal=Journal of the International Folk Music Council|volume=9|issue=|pages=59–62|doi=10.2307/834982|jstor=834982}}</ref><ref>______. "Rythme, mètre et mesure de la musique instrumentale et vocale des anciens Egyptiens." ''Acta Musicologica,'' Vol. 32, Fasc. 1. (Jan.–Mar., 1960), pp. 11-22.</ref>

רעוויזיע ביי 14:02, 24 סעפּטעמבער 2020

מוזיק, איז אן אָרגאנעזירטער צוזאמענשטעל פון קולות, אין דעם ווערט ארײַנגעמישט מענטשלעכע קולות אינסטרומענטאלע קולות און אזוי ווײַטער.

מוזיק ווערט געניצט ארויסצוגעבן געפילן, געדאנקען און אזוי ווײַטער.

די אָפטײַטש פון מוזיק ווערט געטוישט לויטן קולטור.

היסטאריע

אין תנ״ך

מוזיק ווערט דערמאנט אין דער תורה צום ערשטן מאל אין בראשית אין דעם פסוק:

ושם אחיו יובל, הוא היה אבי כל תפש כנור ועוגב
-- ספר בראשית, פרק ד, פסוק כא

טייטש: און זיין ברודער׳ס נאמען איז געווען יובל, ער איז געווען דער פאטער פון יעדן וואס האלט א הארף אדער א פֿלויט.

ווען די יידן זענען אריבערגעגאנגען דעם ים־סוף, שטייט אין פסוק אז מרים מיט אלע האבן געפויקט פויקן.

אין דברי הימים ווערט געברענגט באריכות וויאזוי די לוויים האבן געזונגען און געשפילט אינסטרומענטן ביי דער עבודה אין דעם בית המקדש.

אוראלט עגיפטן

מוזיקער פון אמון, קבר פון נאכט, 18טע דינאסטיע, מערב טעבעס

אין דעם אלטן קעניגרייך פון עגיפטן האט מען געשפילט הארפֿן, פֿלייטן און טאפל-קלארינעטן.[1] ביזן מיטלען-קעניגרייך האט מען שוין צוגעלייגט צו ארקעסטערס שלאג-אינסטרומענטן, לירעס און לוטעס. אפטמאל האבן דזשימדזשעס[2] באגלייט מוזיק און טאנץ, אזוי אין עגיפטן היינט צוטאגס. עגיפטישע פאלקס-מוזיק זענען דער נענטסטער היינטיקער מוזיק-זשאנער צו אוראלט עגיפטישער מוזיק, מיט פיל פון אירע אייגנשאפטן, ריטמען און אינסטרומענטן.[3][4]

אזיאטישע קולטורן

אינדישע פרויען וואס טראגן ארטישע קליידער שפילן עטלעכע מוזיק־אינסטרומענטן וואס זענען פאפולער אין פארשידענע טיילן פון אינדיע.

איינע פון די עלטסטע מוזיק־טראדיציעס אין דער וועלט איז אינדישע קלאסישע מוזיק.[5] די אינדוס טאל ציוויליזאציע האט סקולפטורן וואס ווייזן טאנץ[6] און אלטע מוזיק־אינסטרומענטן, ווי די פֿלייט מיט זיבן לעכער. אין די אויסגראבונגען וואס סיר מארטימער ווילער האט אויסגעפירט אין האראפא און מאהענדזשא דאַרא האט מען געטראפן פארשידענע סארטן סטרונע אינסטורמענטן און פויקן.[7]

כינעזישע קלאסישע מוזיק, די טראדיציאנעלע קונסט־ אדער הויף־מוזיק פון כינע, האט א היסטאריע וואס גייט צוריק עטלעכע דריי טויזנט יאר. זי האט איר אייגענע סיסטעמען פון מוזיק־נאטאציע, ווי אויך מוזיק־אינסטרומענטן און סטילן (מוזיק־זשאנערס). כינעזישע מוזיק איז פאנטאטאניש־דיאטאניש, מיט א סקאלע פון צוועלף נאטן צו אן אקטאַוו (5 + 7 = 12) אזוי ווי מוזיק באאיינפֿלוסט פון אייראפע.

רענעסאנס

אין דער רענעסאנס–תּקופה (בערך 1400 -1500) האָט מען געשריבן א סך מוזיק. פיל קאָמפּאזיטאָרן פון יענער תּקופה האָבן געשריבן מוזיק, וואָס מען שפּילט און זינגט נאָך ביזן הײַנטיקן טאָג.

איינער פון די בארימטע קאָמפּאזיטאָרן איז געווען דזשיאָוואני דא פּאלעסטרינא (1525-1594). אין זײַן מוזיק, זינגען צוזאמען עטלעכע זינגער אין א כאָר.

אינסטרומענטן אין דער רענעסאנס–תּקופה זענען געווען דער וויאל און די לוטניע.

באראָק

קלאסישע תּקופה

אין מערב־וועלט מוזיק, מיינט די קלאסישע פעריאדע מוזיק פון בערך 1750 ביז 1825. דאָס איז די צײַט פון די קאָמפּאָזיטאָרן יאָזעף הײַדן, וואָלפגאנג אמאדעוס מאָצארט. אָרקעסטערס זענען געוואָרן גרעסער און קאָמפּאָזיטאָרן האָבן אָנגעהויבן שרײַבן לענגערע ווערק מוזיק גערופן סימפאניעס מיט עטלעכע טיילן (גערופן זאצן). טייל זאצן פון א סימפאניע זענען הויך און גיך, אנדערע שטיל און אומערט.

אן אנדער וויכטיקער מוזיקאלישער זשאנער איז געווען דער סטרונע קווארטעט, א פיעסע געשריבן פאר צוויי פידלען, א וויאלע און א וויאלאנטשעל. אזוי ווי סימפאניעס, האט א סטרונע קווארטעט פיר זאצן. היידן, מאצארט און בעטהאוון האבן אלע געשריבן פיל בארימטע סטרונע קווארטעטן.

אין דער תקופה האט מען ערפונען די פיאנע. קאמפאזיטארן האבן גערן געהאט די פיאנע ווייל מיט איר קען שפילן דינאמיש—ווערן העכער אדער שטילער. אנדערע פאפולערע אינסטרומענטן זענען געווען דער פידל, דער וויאלאנטשעל, די פלייט, דער קלארנעט און די אָבאָע.

ראָמאנטישע תּקופה

מאָדערנע תּקופה

פון 1900 ווערט אנגערופן די "מאדערנע תקופה" פון מוזיק. איינער פון די בעסטע באקאנטע דזשעז מוזיקער איז געווען לואי ארמסטראנג (1900-1971).

עלעקטראנישע מוזיק

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – עלעקטראנישע מוזיק

היינטיקע צייטן קען מען שאפן מוזיק עלעקטראניש. קלאוויאטורן, עלעקטרישע גיטארן שאפן מוזיק דורך עלעקטראניק. זיי קענען נאכמאכן טראדיציאנעלע אינסטרומענטן און זיי קענען אויך שאפן גאר אנדערע קלאנגען.

דיפערענצן

אזוי ווי מוזיק איז א וועג ווי אזוי - ארויסצוברענגען א געדאנק, אדער געפיל, (און צומאל איז דאס דער איינציגסטער וועג), אדער מאנילופירן די גיסטע פינעם מענטש - ווערט מוזיק שטארק אויסגעניצט ביי אלע קולטורן אין רעליגיעס.

  • ביי יידן איז דאס אין צייטן פון בעש"ט געווארען א חלק פון עבודת השם, נאך אין די צייטען פון בית המקדש פלעגט מען זינגען ביים ברענגען א קרבן אריינצוברענגען חרטה געפילן, און שמחת בית השואבה אריינצוברענגען ליסטיגע פרייליכקייט.
  • ביי גויים איז די דא אסאך זשאנערן און באדייטן איבער מוזיק, ווי למשל ס'איז דא קירכע לידער ס'איז דא גאסען לידער - וואס דאס הייסט צומאהל "די שווארצע מוזיק", און אזוי ווייטער..
  • און די מאוויס ווערט עס געניצט צו אריינשלעפן דעם מענטש און העכערע ספערן
  • יעדע לאנד האט א הימנע

יעדע לאנד און יעדע רעליגיע און אפילו יעדע שיכט: פויערן פאסטוכער צוגלייך, -- האט זיך זיין גאנג און מוזיק צומאהל גלייך צו אנדערע לענדער און צומאהל גאר עפעס אנדערש.

זשאנערן

זעט אויך

רעפערענצן

  1. Music of Ancient Egypt (ארכיווירט 13.10.2015 ביי דער Wayback Machine). Kelsey Museum of Archaeology, University of Michigan, Ann Arbor.
  2. UC 33268. digitalegypt.ucl.ac.uk. דערגרייכט דעם 27סטן אקטאבער 2015.
  3. Hickmann, Hans (1957). "Un Zikr Dans le Mastaba de Debhen, Guîzah (IVème Dynastie)". Journal of the International Folk Music Council 9: 59–62. JSTOR 834982. doi:10.2307/834982. 
  4. ______. "Rythme, mètre et mesure de la musique instrumentale et vocale des anciens Egyptiens." Acta Musicologica, Vol. 32, Fasc. 1. (Jan.–Mar., 1960), pp. 11-22.
  5. Richard O. Nidel, World Music: The Basics, p. 219.
  6. Charles Kahn, World History: Societies of the Past, p. 98.
  7. World History: Societies of the Past By Charles Kahn (p. 11)