אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מאנטיפיארע ווינטמיל"

פֿון װיקיפּעדיע
אין תקציר עריכה
מ פוילישער האט באוועגט בלאט מאנטיפיורי ווינט מיל צו מאנטיפיארע ווינטמיל
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 14:54, 23 סעפּטעמבער 2020

די ווינט מיל

די מאנטיפֿיארע ווינטמיל קעגן איבער די מערבדיקע מויערן פון דער אלט-שטאט ירושלים איז א פרעכטיגע פיר־שטאקיגע ווינטמיל וואס איז געבויעט געווארן אין יאר 1857 דורך דעם לעגענדארן עסקן, שתדלן און פֿילאנטראפ שר משה מאנטיפֿיארע.

היסטאריע

שר משה מאנטיפֿיארע האט באזוכט זיבן מאל אין ארץ ישראל, ווען ביי יעדן באזוך האט ער באוויזן נאך עפעס אויפצוטון פאר זיינע אידישע ברידער. ער האט געהאלפן רייניגן דעם כותל המערבי, איבערבויען קבר רחל און אויפבויען צענדליגע היימישע געגנטער פאר די ירושלימ'ער אידן.

די ירושלימ'ער אידן האבן זיך אין יענער תקופה געפינען אין א שרעקליכע ארעמע צושטאנד, ווואוינענדיג נאר אינעם חומה, אין אלט שטאט, אונטער די טערקישע מלוכה און אראבישע הערשאפט. עס האט דאן געבוזשעוועט פארשידענע קרענק, און די אראבער האבן געבעטן אסאך געלט פאר די אידישע דירות.

משה מאנטיפֿיארע האט צוגעזען די ביטערע מצב און האט געוואלט לינדערן אביסל די דחקות, האט ער נאך שווערע שתדלנות ביי די איסטאנצן געלונגען אפצוקויפן א באדן אינדערויסן פונעם חומה, נישט ווייט פון שער יפו, וואו ער האט פרובירט אויפצושטעלן א שפיטאל פאר די קראנקע אידן, אבער ווען די שפיטאל האט זיך נישט אויסגעארבעט האט מען עס פרובירט צו פארוואנדלען אין א אידישע ישוב. ער האט אויפגעבויעט עטליכע דירות וואס איז געווען באשטומט פאר תלמידי חכמים און ארעמלייט, די געגנט איז גערופן געווארן משכנות שאננים.

צווישן אנדערע האט רבי משה אויפגעשטעלט א ווינטמיל וועלכע זאל דינען אלס א מקור פון וואו די ירושלימ'ער אידן זאלן קענען מאכן פרנסה.

די ווינטמיל, איז אבער נישט געווען קיין סוקסעס, צוליב די שוואכע ווינטן אין ירושלים האט די מיל נישט געמאלן די גאנצע צייט. קוים עטליכע טעג א יאר איז געווען גענוג שטארקע ווינטן אז די מיל זאל ארבעטן געהעריג.

אלנפאלס, האט די מיל געדינט פאר עטליכע יאר ביז עס ארויסגעקומען נייע טעכנאלאגיע. מילן האבן אנגעהויבן ארבעטן אויף קוילן. די מיל איז דאן פארנעכלעסיגט און נאכגעלאזט געווארן, פירנדיג עס זאל ארויסגיין פון באניץ און צובראכן ווערן.

היינט צוטאגס

אין לויף פון די יארן איז די מיל עטליכע מאל פארראכטן און צובראכן געווארן. נאך דער זעקס-טאגיגער מלחמה האט מען עס ווידעראמאל באנייט, און עס דינט היינט צוטאגס אלס א מוזעאום. טראצדעם וואס די מיל האט נישט עכט אויפגעטון איר ציל, דינט עס נאך היינט אלס א סימבאל פון חסד און צדקה.