אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם יצחק קאהן"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 1: שורה 1:
[[בילד:Toldos Aharon.jpg|מרכז|180px| הרב אברהם יצחק קאהן האדמו"ר תולדות אהרן]]
[[בילד:Toldos Aharon.jpg|מרכז|180px|קליין| הרב אברהם יצחק קאהן האדמו"ר תולדות אהרן]]
'''אברהם יצחק קאָהן''' ז"ל ([[ו' טבת]] [[ה'תרע"ד]]-[[כ"ז כסלו]] [[ה'תשנ"ז]]), איז געווען דער גרינדער פון [[תולדות אהרן]] חסידות.
'''אברהם יצחק קאָהן''' ז"ל ([[ו' טבת]] [[ה'תרע"ד]]-[[כ"ז כסלו]] [[ה'תשנ"ז]]), איז געווען דער גרינדער פון [[תולדות אהרן]] חסידות.



רעוויזיע ביי 19:43, 12 אויגוסט 2020

הרב אברהם יצחק קאהן האדמו"ר תולדות אהרן

אברהם יצחק קאָהן ז"ל (ו' טבת ה'תרע"ד-כ"ז כסלו ה'תשנ"ז), איז געווען דער גרינדער פון תולדות אהרן חסידות.

געשיכטע

רבי אברהם יצחק איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תרע"ו אין שטאט צפת צו זיין פאטער רבי אהרן דוד, און צו זיין מוטער מרת שיינדל ברכה. זיין מוטער איז געווען אן אייניקל פון רבי אברהם יצחק העלער (נאך וועמען ער האט געהייסן), א זון פון רבי שמואל העלער וועלכער איז געווען דער רב פון דער אשכנזי'שער קהילה אין צפת איבער פערציג יאר. אין זיינע קינדערישע יארן האט ער זיך אריבערגעצויגן צוזאמען מיט זיינע עלטערן אין טראנסילוואניע. דארט האט ער געלערנט צוזאמען מיט רבי ישראל פריינד פון הוניאד וועלכער איז געווען א זון פון רבי אברהם יהושע פריינד, און אויכעט פלעגט ער לערנען א שטיקל צייט ביי רבי יהודה סג"ל ראזנער פון סעקלהיד. דערצו איז ער געווען א תלמיד פון סאטמארער רב און איז געווען א גרויסער קנאי און פרומער. ער האט זיך שטארק אונטערגעווארפן דעם סאטמארער רב'ס א ווארט נישט גענומען קוויטלעך אין דער שטאט פון זיין רבין.

אין יאר ה'תש"ז, נאך דער פטירה פון זיין שווער רבי אהרן ראטה, האט די גרויסע מערהייט פון די חסידים אים אנגענומען אלס דער ממשיך פון זיין שווער, און נאר א קליינע צאל האבן אויסגעוועלט אין זיין שוואגער רבי אברהם חיים ראטה איבערצונעמען דער פירערשאפט. אין זיינע טעג האט דער תולדות אהרן הויף זיך אנגעהויבן צו בליען און ער האט פארברייטערט דאס חסידות פון א קליינעם קיבוץ צו א גרויסן חסידות, געלאזט מאכן נאך א מנין. אין זיינע לעצטע יארן צוליב די ענגשאפט אין ירושלים און צוליב די הויכע פרייזן פון דירות אין ירושלים האט ער געלאזט זיינע חסידים גיין וואוינען אין בית שמש, וואו היינט צו טאגס וואוינען הונדערטער משפחות פון תולדות אהרן און תולדות אברהם יצחק.

ער איז נפטר געווארן כ"ז כסלו ה'תשנ"ז און באערדיגט געווארן אין הר הזיתים. נאך איידער ער איז אוועק, דער הויף האט זיך צוטיילט צו צוויי הויפן. די מערהייט חסידים האבן געשטיצט און באקרוינט רבי דעם צווייטן זון רבי דוד, און דער צווייטער טייל פון די חסידים זענען געבליבן פארגלייבט און געטריי צום עלטערן זון רבי שמואל יעקב קאהן, וועלכער האט געגרינדעט און אויפגעשטעלט אן אייגענעם הויף אונטערן נאמען "תולדות אברהם יצחק״.

משפחה

הרב אברהם יצחק קאהן האט געהייראט מרת יענטא, די טאכטער פון רבי אהרן ראטה. זיי האבן געהאט זעקס זין און דריי טעכטער: