אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משה ליאן"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג פֿארגעשריטענע מאביל־רעדאקטירונג
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג פֿארגעשריטענע מאביל־רעדאקטירונג
שורה 1: שורה 1:
[[File:משה ליאון.JPG|thumb|משה ליאן]]
[[File:משה ליאון.JPG|thumb|משה ליאן]]


'''משה ליאן''' ({{שפראך-he|משה ליאון}}, געבוירן דעם 6טן אקטאבער, 1961) פאטעאר [[שלום ליאון]] (געבוירן [[סאלוניקי]]) ומוטער געבוירן [[עדן]] פון [[תימן]]. איז א [[ישראלישער]] פאליטיקער וואס גייט ווערן דער בירגערמייסטער פון [[ירושלים]]. ער איז פריער געווען א מיטגליד אין דעם [[ירושלימער מוניציפאליטעט|ירושלים שטאטראט]], אלגעמיינער דירעקטאר פון דעם -[[פרעמיער מיניסטערס ביורא (ישראל)|פרעמיער מיניסטערס ביורא]], פארזיצער פון [[ישראל באנען]] און פירער פון דעם ירושלים אנטוויקלונג אויטאריטעט.
'''משה ליאן''' ({{שפראך-he|משה ליאון}}, געבוירן דעם 6טן אקטאבער, 1961) פאטעאר [[שלום ליאון]] (געבוירן [[סאלוניקי]]) ומוטער [[חנה ליאון]] געבוירן [[עדן]] פון [[תימן]]. איז א [[ישראלישער]] פאליטיקער וואס גייט ווערן דער בירגערמייסטער פון [[ירושלים]]. ער איז פריער געווען א מיטגליד אין דעם [[ירושלימער מוניציפאליטעט|ירושלים שטאטראט]], אלגעמיינער דירעקטאר פון דעם -[[פרעמיער מיניסטערס ביורא (ישראל)|פרעמיער מיניסטערס ביורא]], פארזיצער פון [[ישראל באנען]] און פירער פון דעם ירושלים אנטוויקלונג אויטאריטעט.


אום 13טן נאוועמבער 2018 האט מען אים געוויילט בירגערמייסטער פון ירושלים; ער איז דער ערשטער [[עדות המזרח|ספרדישער]]  בירגערמייסטער אין דער היסטאריע פון דער שטאט..
אום 13טן נאוועמבער 2018 האט מען אים געוויילט בירגערמייסטער פון ירושלים; ער איז דער ערשטער [[עדות המזרח|ספרדישער]]  בירגערמייסטער אין דער היסטאריע פון דער שטאט..

רעוויזיע ביי 22:39, 2 יולי 2020

משה ליאן

משה ליאן (העברעיִש: משה ליאון, געבוירן דעם 6טן אקטאבער, 1961) פאטעאר שלום ליאון (געבוירן סאלוניקי) ומוטער חנה ליאון געבוירן עדן פון תימן. איז א ישראלישער פאליטיקער וואס גייט ווערן דער בירגערמייסטער פון ירושלים. ער איז פריער געווען א מיטגליד אין דעם ירושלים שטאטראט, אלגעמיינער דירעקטאר פון דעם -פרעמיער מיניסטערס ביורא, פארזיצער פון ישראל באנען און פירער פון דעם ירושלים אנטוויקלונג אויטאריטעט.

אום 13טן נאוועמבער 2018 האט מען אים געוויילט בירגערמייסטער פון ירושלים; ער איז דער ערשטער ספרדישער  בירגערמייסטער אין דער היסטאריע פון דער שטאט..

יונגע יארן

משה ליאן איז געבוירן געווארן אין גבעתיים, ישראל, און האט געלערנט אין שולע אין דערבייאיגן תל אביב. ער האט געדינט אין צה״ל וואו ער איז געווען מיט די מיליטערישע רבנים, און האט געזונגען אין דער קאפעלע.[1] פון צייט צו צייט דינט ער אלס בעל תפילה.[2] ליאן האט גראדואירט מיט אן ערשטן דיפלאם אין עקאנאמיק און חשבון־פירעריי פון בר־אילן אוניווערסיטעט, און האט קוואליפיצירט ווי א חשבון־פירער אין  1990. זיין ברודער דאקטאר נסים ליאן איז א לעקטאר אין דעם דעפארטמענט פון סאציאלאגיע און אנטראפאלאגיע אין בר־אילן אוניווערסיטעט..

פובליקע קאריערע

אין 1996, האט מען באשטימט ליאן פארוואלטונג־דירעקטאר פון דעם פרעמיער מיניסטערס ביורא פון בנימין נתניהו, ווי אויך זיין עקאנאמאק־עצה־געבער, ביז 1999.[3]

פון 2003-2006 איז ער געווען פארזיצער פון ישראל באנען, נאכדעם וואס פריער האט ער געארבעט ביים פארטן און באנען אויטאריטעט.

אין 2008, האט מען אים באשטימט פארזיצער פון דעם ירושלים אנטוויקלונג אויטאריטעט.אין יולי 2014 איז ער געווארן פארזיצער פון דעם דירעקטאריום פון דעם מעיני הישועה מעדיצין־צענטער אין בני ברק.

פאליטישע קאריערע

אין 2013, האט ליאן געלאפן פאר בירגערמייסטער פון ירושלים און האט באקומען  45% פון די שטימען, אבער דער געוועזענער בירגערמייסטער ניר בארקאט האט אים געזיגט.[4] דער ליכוד פארטיי האט באקומען איין מאנדאט און ער איז געווארן א מיטגליד פונעם  ירושלים שטאטראט.[5]

דעם 25סטן מערץ 2018, האט ליאן געמאלדן אז ער וועט קאנדידירן פאר בירגערמייסטער אין די 2018 וואלן. פון די פיר קאנדידאטן האט ליאן באקומען 33%, און עופר בערקאוויטש האט באקומען 29%.[6] לויט די וואלן געזעצן דארף א קאנדידאט פאר בירגערמייסטער באקומען מינדערסטן  40% פון די שטימען צו געווינען.[7] דעם 13סטן נאוועמבער האט מען געהאלטן צווייטע וואלן, און ליאן האט געזיגט מיט 50.85% פון די שטימען קעגן 49.15% פאר בערקאוויטש.[8]

פערזענלעך לעבן

ליאן איז געהייראט און האט פיר קינדער. ער וואוינט אין דער רחביה געגנט פון ירושלים.

רעפערענצן