אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ישראל"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: וויזועלער רעדאקטירונג מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
אין תקציר עריכה
טאַגן: וויזועלער רעדאקטירונג מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 10: שורה 10:


== היסטאריע ==
== היסטאריע ==

=== ארץ ישראל ===
דער באגריף [[ארץ ישראל]] ווי דאס לאנד פון די יידן גייט צוריק צו די אוראלטע צייטן. עס שטייט אין דער תורה אז הקב"ה האט צוגעזאגט דאס לאנד צו די דריי אבות, [[אברהם אבינו|אברהם]], [[יצחק אבינו|יצחק]] און [[יעקב אבינו|יעקב]].
דער ערשטער קעניג פון די יידן אין ארץ ישראל איז געווען [[שאול המלך]], אין יאר [[ב'תת"ן]] {{קליין|(בערך)}}. נאך [[שאול המלך]] האבן [[דוד המלך]] און [[שלמה המלך]] געהערשט איבער דער פאראייניגטער מלוכה. אין די טעג פון דעם מלך [[רחבעם]], זון פון שלמה המלך, האט זיך די מלוכה צעשיידט: רחבעם איז געבליבן מלך איבער [[מלכות יהודה]], וואס האט איינגעשלאסן די טעריטאריעס פון די שבטים יהודה און בנימין, און [[ירבעם בן נבט]] האט געהערשט איבערן ניי געגרינדעטע [[מלכות ישראל]], וואס האט איינגעשלאסן די טעריטאריעס פון די אנדערע שבטים, וואס מען רופט די "צען שבטים".


די גרינדונג פון מדינת ישראל אין יאר [[ה'תש"ח]] איז געווען דורך יידן וואס שטאמען אממערסטנס פון [[שבט יהודה]] און איז אויפגעשטעלט געווארן, און גרעסטן טייל, צווישן די גרעניצן פון דעם היסטארישן [[ארץ ישראל]].
די גרינדונג פון מדינת ישראל אין יאר [[ה'תש"ח]] איז געווען דורך יידן וואס שטאמען אממערסטנס פון [[שבט יהודה]] און איז אויפגעשטעלט געווארן, און גרעסטן טייל, צווישן די גרעניצן פון דעם היסטארישן [[ארץ ישראל]].


דער
דער [[רמב"ם]] שרייבט<ref>הלכות מלכים ומלחמות פרק י"א הלכה ד</ref> אז דער פולקאמער צוריקקער און אויפבוי פון דער יידישער מלוכה אין [[ארץ ישראל]] וועט צושטאנד קומען דוקא דורך א מאן פון [[בית_דוד]] וואס וועט זיך פירן אין די וועגן פון [[דוד המלך]], דאס הייסט ער וועט דינען גאט און זיך באשעפטיגן אין [[תורה]]. טאמער וועט ער מצליח זיין אז דאס גאנצע יידישע פאלק זאל זיך פאראייניגן אונטער עם און ער וועט איינעמען ארץ ישראל און צוריקקערן 'אלע' יידן קיין ארץ ישראל און ער וועט פירן מלחמות מיט די ארומיגע פעלקער און זיי אלע באזיגן און אזוי אויך וועט ער אויפבויען דער [[בית המקדש]], דעמאלטס וועט מען וויסן אויף זיכער אז גאט האט עם אויסגעוועלט צו זיין דער ממשיך פון מלכות בית דוד. דאס אלעס איז דערווייל נאכנישט צושטאנד געקומען, דערפאר זענען גלויביגע יידן נישט איינשטימיג אז דער היינטיגער מדינת ישראל איז דער ווידער אויפבוי פון דער יידישע מלוכה אין ארץ ישראל, און זיי זאגן נאכאלץ ביים דאווענען 'ולירושלים עירך ברחמים תשוב'.


== געאגראפיע ==
== געאגראפיע ==

רעוויזיע ביי 18:23, 2 יולי 2020



טראָָ



היסטאריע

די גרינדונג פון מדינת ישראל אין יאר ה'תש"ח איז געווען דורך יידן וואס שטאמען אממערסטנס פון שבט יהודה און איז אויפגעשטעלט געווארן, און גרעסטן טייל, צווישן די גרעניצן פון דעם היסטארישן ארץ ישראל.

דער

געאגראפיע

ישראל געפינט זיך ביים מזרח עק פונעם מיטלענדישן ים, און האט גרענעצן מיט לבנון אין צפון, סיריע אין צפון־מזרח, ירדן אין מזרח און עגיפטן און דעם עזה פאס אין דרום־מערב. מדינת ישראל האט א לאנגע וואסער ברעג מיטן מיטלענדישן ים אין מערב, און א קליינע וואסער ברעג צו דרום אין אילת מיטן אילת איינגאס אינעם ים סוף, און ליגט צווישן גארטל ליניעס ‎29° – 34°N , און מערידיאנען ‎34° – 36°E.

ס'איז פאראן א בארג קייט וואס גייט אדורך דעם לאנד פון צפון צו דרום. צו מערב פון די בערג איז דער בארטן־פלוין און צו דרום געפינט זיך דער נגב מדבר. צו מזרח פון די בערג געפינט זיך א טאל מיט דעם כנרת אזערע אין צפון און דער ירדן טייך וואס פליסט אריין אין ים המלח אין דרום. דער ברעג פונעם ים המלח איז די נידריגסטע יבשה אין דער וועלט, 417 מעטער אונטער דעם ים־פלאך.

אין דרום איז א מדבר און כמעט קיין רעגן פאלט נישט דארטן. ישראל האט אויפגעשטעלט א גרויסן באוואסערונג פראיעקט וואס שפייכלערט וואסער אינעם כנרת אזערע און פירט וואסער פון צפון צום נגב כדי פלאנצן זאלן וואקסן דארט..

רעגירונג

ישראל ווערט געפירט דורך א פארלאמענטארישער סיסטעם ווי א דעמאקראטישע רעפובליק מיט אלגעמיינעם וואלרעכט פאר אלע בירגער וואס זענען אלט 18 יאר אדער עלטער. איינער פון די כנסת דעפוטאטן וואס קען באקומען א מערהייט אין דעם כנסת (פארלאמענט) ווערט פרעמיער מיניסטער, געוויינלעך דער פירער פון דער גרעסטער פארטיי. דער היינטיקער פרעמיער מיניסטער איז ביבי נתניהו, וואס דינט אין דעם אמט זייט 2009.

וואלן פארן כנסת מוז מען האלטן יעדע פיר יאר, אבער ווען דער רעגירונג פארלירט א צוטרוי־וואל דארף מען האלטן אלגעמיינע וואלן פריער. דער כנסת האט 120 מיטגלידער.

די סיסטעם פון וואלן איז פראפארציאנעל, און מען שטימט פאר א ליסטע פון א פארטיי.

ישראל האט נישט קיין קאנסטיטוציע, אבער דער כנסת קען איינפירן "גרונטיקע געזעצן".

דער ראש מלוכה איז דער פרעזידענט. זייט יולי 2014 איז דער פרעזידענט רובי ריוולין.

פאליטיק

אין ישראל זענען פאראן א סך פאליטישע פארטייען. ביי די כנסת וואלן פון 2009 האבן צוועלף פארטייען באקומען דעפוטאטן אין כנסת. קיין איין פארטיי האט קיינמאל נישט געוואונען קיין קלארע מערהייט אין דער כנסת, און דער רעגירונג ווערט צאמגעשטעלט פון א קאאליציע. דער גרעסטער פארטיי אין דעם היינטיקן כנסת איז ליכוד, וואס שטיצט פריימארק פאליטיק מיט באגרענעצטן אינטערווענץ פון דער רעגירונג אין דער עקאנאמיע.

עקאנאמיע

ווען עס איז געווארן אומאפהענגיק איז ישראל געווען אן ארעם לאנד מיט ווייניג פראדוקציע פון לאנדווירטשאפט און אינדוסטריע. די עקאנאמיע האט אבער שטארק געוואקסן זייט 1948.

היינט ישראל ווערט פאררעכנט אלס די מערסט פארטגעשריטנע לאנד אין דרום־מזרח אזיע, אין דעם געביט פון עקאנאמישער און אינדוסטריעלער אנטוויקלונג, און פון די מערסט פארטגעשריטנע אויפן וועלט. אום 10טן מיי 2010 האט די ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג פארבעטן ישראל צו ווערן א מיטגליד, אינאיינעם מיט עסטלאנד און סלאוועניע.

ישראל האט ווייניג נאטירלעכע רעסורסן, וואס ווערן אבער געניצט אין זיין אינדוסטריע. מען גראבט אויס בראם, קאליום, שוועבל און פאספאט, און אויך נאטירלעכע גאז וואס מ'האט אנטפלעקט אין גרויסע קוואנטיטעטן אין 2009 קעגן די בארטנס פון חיפה און חדרה, זייט ווען איז ישראל א פראדוצירער פון נאטירלעכע גאז.

צוליב די ווייניגע נאטירלעכע רעסורסן, איז א גרויסער פון ישראל'ס עקאנאמיע געבויט אויף מענטשלעכע רעסורסן, ווי למשל היי טעק, מעדיצינישע טעכנאלאגיע און מיליטערישע טעכנאלאגיע, וואס זענען א גרויסער טייל פונעם אינדוסטריעלן עקספארט.


טראנספארט

ישראל האט א גוט אנטוויקלטע טראנספארט סיסטעם. די שאסייען זענען גוט און פארבינדן די שטעט און שטעטלעך פון לאנד. דער הויפט פובליקער טראנספארט איז בוסן פון אגד און אנדערע פירמעס. ישראל באנען האט א באן־סיסטעם וואס פארבינדט די שטעט.

דער גרעסטער פלוגפארט איז בן גורין אינטערנאציאנאלע פלוגפארט. אויך איז דא א קלענערער פליפארט, עבדה, לעבן אילת. אל על און אנדערע לופטליניעס פליען צו די פאראייניגטע שטאטן, קאנאדע, רוב לענדער פון אייראפע און טיילן פון אפריקע און אזיע.

ישראל האט דריי טיף־וואסער פארטן—חיפה, אשדוד און אילת.

דעמאגראפיע

אין יאר 2006 שטייט די צאל פֿון די באפֿעלקערונג ביי 7,026,632 איינוווינער. 76% זענען יידן, און פֿון זיי 12% זענען פֿרומע. 20% זענען אראבער מיט דרוזן, און די איבעריקע 4% זענען פון אנדערע פעלקער.

אריינרעכנדיג די מערב בערג און די עזה פאס שטייט די באפעלקערונג פון 51% אידן און 48% פאלעסטינער (אין 2011)

צוליב די קליינע וואוקס ראטע פון דיר אלגעמיינער אידישער באפעלקערונג, און די העכערע וואוקס ראטע פון די פאלעסטינער און די פענאמענאלע וואוקס ראטע פון די חרדישע באפעלקערונג, זענען מער ווי האלב פון די קינדער אין די שולעס אין מדינת ישראל (נישט אריינרעכנדיג די מערב ברעג) אדער חרדי'ש אדער אראביש.

די צען גרעסטע שטעט אין ישראל זענען (ריכטיק פאר 2011):‏[1]

שטאט באפעלקערונג
ירושלים 804,355
תל אביב -יפו 404,750
חיפה 270,348
ראשון לציון 232,410
אשדוד 212,278
פתח תקוה 210,376
באר שבע 196,335
נתניה 189,678
חולון 182,575
בני ברק 163,301

שפראך

די אפיציעלע שפראכן פון ישראל זענען העברעיש. די עיקר שפראך פונעם לאנד איז העברעיש, וואס די מערהייט פון דער באפעלקערונג רעדן. ישראל איז א לאנד פון אימיגראנטן, און מען הערט פארשידענע שפראכן אויף די גאסן. רוסיש און אמהאריש זענען זייער פארשפרייט צוליב די גרויסע אימיגראציע פון דעם געוועזענם סאוועטן פארבאנד און פון עטיאפיע. מער ווי א מיליאן רוסיש־רעדענדיקע אימיגראנטן זענען אנגעקומען אין ישראל צווישן די יארן 1990 און 2004.

רעליגיע

בילדונג

קולטור

זעט אויך

וועבלינקען

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: ישראל

רעפערענצן

אַזיע-לענדער 
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעע · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · יארדאניע · ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליי · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעע · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן