אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "זעלדע"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט ''''שיינע זעלדע שניאורסאָן-מישקאווסקי''' (כ״ו ניסן תרע״ד – כ"ח ניסן|כ״ח...'
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 01:02, 2 יוני 2020

שיינע זעלדע שניאורסאָן-מישקאווסקי (כ״ו ניסן תרע״דכ״ח ניסן תשמ״ד), באַקאַנט מיטן נאָמען זעלדע, איז געווען אַ ישראלישע חרדישע דיכטערין.

לעבנס געשיכטע

פריסטע יאָרן

געבאָרן אין קאַטערינאָסלאַוו (הײַנט דניפּראָ אָדער דניעפּרפּעטראָווסק) אוקרײַנע, צו אַ חסידישער משפחה. איר מוטער רחל איז געווען אַ טאָכטער פון ר׳ דוד צבי חן (דער רד״ץ), אַ חשובער ליובאַוויטשער רב פון דער באַװאוסטער חן פאַמיליע. איר פאָטער ר׳ שלום שלמה, איז געווען אַ זון פון ר׳ ברוך שניאור שניאורסאָן, און אַ ברודער פון ר׳ לוי יצחק שניאורסאָן – דער פאָטער פון דעם ליובאַוויטשן רבין.

איר פאָטער ר׳ שלום שלמה און איר זיידע דער רד״ץ – וועלכע זײַנען ביידע אַוועק אין איר יוגנט – האָבן געהאַט אַ טיפן גײַסטיקן אײַנדרוק אויף איר. אַזוי ווי זי איז געווען אַ בת‏־יחידה, האָט זי געזאָגט דעם קדיש נאָך איר טאַטן. זעלדע האָט זיך אויפגעהאָדוועט אין אַ חב״דישער היים, און איז שטענדיק געשטאַנען אין קאָנטאַק מיט איר שוועסטערקינד – דער ליובאַוויטשער רבי.