אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משה קוסעוויצקי"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 31: שורה 31:
[[קאַטעגאָריע:נקבר אין הר המנוחות]]
[[קאַטעגאָריע:נקבר אין הר המנוחות]]
[[קאַטעגאָריע:ליטווישע יידן]]
[[קאַטעגאָריע:ליטווישע יידן]]
[[קאַטעגאָריע:יידן פון ווארשע]]

רעוויזיע ביי 13:33, 25 מײַ 2020

משה קוסעוויצקי (ל' סיון ה'תרנ"ט - ז' אלול תשכ"ו) איז געווען איינע פון די ריזן פון חזנות אין די יארן פון נאך די צווייטע וועלט קריג.

משה איז געבוירן אין סמארגאן (נעבן ווילנע, היינט בעלארוס) ל' סיון ה'תרנ"ט צו זיין פאטער אביגדור וואס איז געווען א לערער אויף מוזיק און זיין מוטער אלטע, א פיאניסטקע און א טאכטער פון א חזן. משה'ס דריי ברידער – יעקב, דוד און שמחה – זענען אויך געווען באוואוסטע חזנים.

ביי דער עלטער פון 21 האט ער אנגעהויבן צו דינען אלס חזן אין ווילנע און דריי יאר שפעטער האט ער איבערגענומען דעם אמט פון חזן אין דער טלאמצקע שול אין ווארשע אויפן פלאץ פון גרשון סיראטא, פוילן, וואו ער איז געווען חזן ביז די קריג.

משה איז אנטלאפן קיין רוסלאנד מיט זיינע ברידער דוד און יעקב. נאכן קריג איז משה צוריק קיין פוילן ביז תש"ז ווען ער האט זיך געצויגן צו לאנדאן, ענגלאנד און דערנאך אין תש"ז צו די פאראייניגטע שטאטן.

אין תשי"ב איז ער געווארן דער הויפט חזן פון דער "בית-אל" שול אין בארא פארק, ניו יארק, נאך ווען בערעלע חגי האט אפגעזאגט דעם אמט.

ער איז נפטר געווארן ז' אלול תשכ"ו און מען האט אים געפירט צו קבורה אין הר המנוחות אין ירושלים.

זיין זון סענדער איז אויך געווען א חזן.

שטימע און סטיל

ביכער

וועבלינק

http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%9E%D7%A9%D7%94-%D7%A7%D7%95%D7%A1%D7%91%D7%99%D7%A6%D7%A7%D7%99-1.html

http://www.jewish-music.huji.ac.il/heb/thesaurus2251.html?cat=32&in=32&id=667&act=view

http://chazzanut.org/Article.aspx?id=527