אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חיים הערש טייטלבוים (ירושלים)"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
←‏פון זיינע קינדער: צוגעלייגט אינהאלט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 26: שורה 26:
==פון זיינע קינדער==
==פון זיינע קינדער==
*מרת מרים יוטא, די ווייב פון הרב משה חיים, זון פון רבי ישעיה לאבין, דער [[זידיטשוב (הויף)|זידיטשואיווער]] רבי פון וויליאמסבורג.
*מרת מרים יוטא, די ווייב פון הרב משה חיים, זון פון רבי ישעיה לאבין, דער [[זידיטשוב (הויף)|זידיטשואיווער]] רבי פון וויליאמסבורג.
*אפרים מנחם, האט געהייראט מרת יוטל, טאכטער פון הרב יואל טייטלבוים - אב"ד תפארת מרדכי
*אפרים מנחם
*הרב יואל, האט געהייראט מרת חנה, טאכטער פון הרב יואל הורוויץ, זון פון רבי ברוך, דומ"ץ [[מעליץ (הויף)|מעליץ]].
*נתן נטע
*נתן נטע
*רחל אסתר
*רחל אסתר
*משה אריה
*משה אריה
*רבקה טויבא


{{גרונטסארטיר:טייטלבוים, חיים הערש}}
{{גרונטסארטיר:טייטלבוים, חיים הערש}}

רעוויזיע ביי 01:50, 22 מײַ 2020

חיים הערש טייטלבוים
הרב חיים הערש טייטלבוים כ"ו אב תשס"ה אין ירושלים
הרב חיים הערש טייטלבוים כ"ו אב תשס"ה אין ירושלים
געבורט 1973 (אלט 51 בערך)
ה'תשל"ג
וויליאמסבורג רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טעטיקייט ארט ירושלים
באלאנג סאטמאר (זאלוינים)
זיינע רביס רבי אברהם אטיק
פאטער זלמן לייב טייטלבוים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב חיים צבי (הערש) טייטלבוים איז דער סאטמארער (זאלוינים) רב אין ירושלים, און דער עלטסטער זון פון רבי זלמן לייב טייטלבוים, איינער פון די צוויי סאטמארער רביס. ער איז א תלמיד פון רבי אברהם דוד אטיק.

לעבנס געשיכטע

רבי חיים הערש איז געבוירן תשל"ג אין דער געגנט וויליאמסבורג, ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן, צו זיין פאטער רבי זלמן לייב טייטלבוים, דער סאטמארער רבי פון וויליאמסבורג, און צו זיין מוטער מרת חיה שרה, א טאכטער פון רבי משה שפיץ פון ביסטריץ זצ"ל. ביי זיין ברית האט זיין זיידע דער ברך משה זצ"ל איהם געגעבן א נאמען נאך זיין אייגענעם טאטן דער עצי חיים. אלס בחור האט ער געלערנט אין סאטמארער ישיבות אין מאנסי, וויליאמסבורג און אין ירושלים ביי רבי משה אריה פריינד זצ"ל וועלכער האט איהם מסמיך געווען צו ווערן א רב און האט איהם געגעבן א היתר הוראה (ערלויבעניש צו פסק'נען הלכות).

אין יאר תשנ"א, האט ער חתונה געהאט מיט זיין שוועסטער-קינד, די טאכטער פון רבי אפרים לעמבערגער זצ"ל פון מאקאווא בארא פארק, וועלכער איז אויך געווען אן איידעם ביים ביסטריצער רב. אין יאר ה'תשנ"ז נאכדעם וואס זיין טאטע איז געווארן א רב אין ירושלים, האט רבי חיים צבי איבערגענומען זיין פלאץ אלס סיגעטער רב אין וויליאמסבורג. אין יאר ה'תשנ"ט איז זיין טאטע רבי זלמן לייב צוריקגעפארן קיין אמעריקע צו דינען אלס אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג, און אנשטאט איהם האט רבי חיים צבי האט מקבל געווען אויף זיך די אויפגאבע צו פירן די ארטיגע ירושלימער סאטמארער קהילה וואס שטיצט און רעספעקטירט איהם גאר שטארק.

אומגעפער פאר פסח ה'תשע"ז, צוליב פארשידענע סיבות, איז רבי חיים הערש צוריקגעצויגן אין אמעריקע צו וואוינען נאענט צו זיין פאטער דער רבי. ער קומט יעדע שטיק צייט באזוכן זיין קהילה. טראץ דעם וואס ער וואוינט אין די פאראייניגטע שטאטן, ווערט ער נאך אלץ פארעכנט אלס סאטמארער ירושלימער רב.

זיין סטאטוס אין סאטמאר און זיינע שטעלונגען

ער האט א איידעלע באנעמונג, ער דערמאנט זייער אסאך דעם סאטמאר רבי'ן ז״ל (זיין עלטער פעטער) ביי זיינע דרשות און תורות, און ער ווערט פארעכענט אלס גרויסער קנאי אין ירושלים, און אלס וואס האט צו טון מיט קנאות ווי גיין מוחה זיין קעגן די ציונים אדער זייערע גראבונגען, שיקט ער ארויס זיינע יונגעלייט מוחה זיין, מאנכע רעכענען אים אלס עקסטרעמיסט וואס ערשיינט צו פארשידענע אירועים פון נטורי קרתא און אנדערע קיצונישע ענינים. ער ווערט באטראכט ביי די זאלונים אלס דער "קרוין צירונג" פון סאטמאר. אזוי ווי רבי חיים הערש איז נאך קיינמאל נישט געווען פארמישט אין די חילוקי דעות צווישן די צוויי ברידער, זענען פארהאן אויך פילע ארונים וואס שעצן און רעספעקטירן אים גאר שטארק. ווען ער פארט ארויס קיין ניו יארק און ער האלט א דרשה פאר די חסידים פון זיין טאטע האט ער פיל צוהערער.

פון זיינע קינדער

  • מרת מרים יוטא, די ווייב פון הרב משה חיים, זון פון רבי ישעיה לאבין, דער זידיטשואיווער רבי פון וויליאמסבורג.
  • אפרים מנחם, האט געהייראט מרת יוטל, טאכטער פון הרב יואל טייטלבוים - אב"ד תפארת מרדכי
  • הרב יואל, האט געהייראט מרת חנה, טאכטער פון הרב יואל הורוויץ, זון פון רבי ברוך, דומ"ץ מעליץ.
  • נתן נטע
  • רחל אסתר
  • משה אריה
  • רבקה טויבא