אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי ר' העשיל פון קראקע"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
צוגעלייגט קינדער
שורה 43: שורה 43:
* רבי שאול אב"ד אין בריסק און אין קראקע, דער פאטער פון רבי אריה לייב פון אמסטערדאם (איידעם ביים [[צבי הירש אשכנזי|חכם צבי]])
* רבי שאול אב"ד אין בריסק און אין קראקע, דער פאטער פון רבי אריה לייב פון אמסטערדאם (איידעם ביים [[צבי הירש אשכנזי|חכם צבי]])
* די ווייב פון רבי אברהם (זייער זון רבי משה איז געווען דער אב"ד פון הוראדנא און דער מחבר פונעם ספר ״תפארת למשה״
* די ווייב פון רבי אברהם (זייער זון רבי משה איז געווען דער אב"ד פון הוראדנא און דער מחבר פונעם ספר ״תפארת למשה״
*רעבעצין העסיא די ווייב פון הגאון הגדול רבי מאיר אב"ד אפטא און לובלין
*רעבעצין ברונא די ווייב פון הגאון רבי צבי הירש (ער איז שפעטער געווארען א איידים ביי זיין שוואגער ר' יהודה לייב דער זון פון דער רבי ר העשיל)

== זעט אויך ==
== זעט אויך ==
<!-- לייגט לינקען צו אנדערע וויקיפעדיע בלעטער מיט פארבינדענע ענינים-->
<!-- לייגט לינקען צו אנדערע וויקיפעדיע בלעטער מיט פארבינדענע ענינים-->

רעוויזיע ביי 15:05, 20 מײַ 2020

רבי ר' העשיל פון קראקע
געבורט 1595
ה'שנ"ה (בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1663 (אלט 68 בערך)
כ' תשרי ה'תכ"ד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פויליש-ליטווישע קאמאנוועלט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי אברהם יהושע העשיל פון קראקע (~ה'שנ"ה, 1595כ' תשרי ה'תכ"ד, 21סטן אקטאבער 1663), באקאנט אלס דער רבי ר' העשיל (פון קראקע) איז געווען פון די גרעסטע רבנים און פוסקים אין זיין דור.

ער האט געדינט ווי ראש ישיבה און שטאט׳ס רב אין לובלין און קראקע.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן ארום שנת שנ"ה צו זיין פטאער רבי יעקב, וואס איז גיווען דער רב און ראש ישיבה אין בריסק, ליטא (היינט בעלארוס). ר' העשיל איז בעיקר געווען א תלמיד פון זיין טאטע, מיט די צייט האט ער צו געהאלפען זיין טאטע מיטען פירען זיין ישיבה אין לובלין. זיין ערשטער ווייב איז אוועק יונגערהייט, אין יאהר שצ"ה איז זיין פטאער ר' יעקב נתקבל געווארען אלץ רב און ראש ישיבה אין די שטאט לובלין, פולין. אויך דארט איז ער געשטאנען צו זיין פאטערס זייט און איז געווען זיין רעכטע האנט. אין יאהר ת"ד איז זין טאטע אוועק און ר' העשיל האט ווייטער געפירט דער ישיבה, אין יאהר ת"י איז ער אויכעט נתמנה געווארען אלץ רב פון די שטאט. אינעם יאהר תי"ד איז אוועק דער תוספת יום טוב, רבי יום-טוב ליפמאן העלער, וואס האט געדינט אלס רב פון קראקע, און דער רבי ר' העשיל איז נתמנה געווארן רב אין זיין פלאץ. אין קראקע האט ער אויכעט געפירט די ישיבה, דארט האט ער געהאט גאר חשובע תלמידים ועלכע א גרויסע טייל פון זיי זענען שפעטער געווארען פון די גדולי הדור (זעה שפעטער).

ער ווערט גערעכענט אלץ איינער פון די גדולי הדור, און איז געווען זייער באליבט ביי די מאסען.

זיין שיטה פון לערנען איז געווען צו פארטיפען אין די רייד פון די גמרא מיט רש"י און תוספות, און פון דארט ווייטער צו לערנען מיט די ראשונים "לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא", ער איז געווען אנקעגען די דרך פון לערנען סתם פילפול.

אין דער תקופה פון ת"ח ות"ט, איז ער געפארען צו וויען וואו ער האט זיך געטראפען מט די אנשי המלוכה כדי צו שתדלען פאר די די אידין, ער איז אויכעט געגאנען נאך געלט צו העלפען די אלע אידין וואס זענען געשעדיגט געוורען אין די ת"ח ות"ט יארען.

ער איז אוועק אין קראקע כ' תשרי תכ"ד.

זיינע באקאנטע תלמידים

  • רבי גרשון אשכנזי- בעל "עבודת הגרשוני"
  • רבי שמואל קוידאנאווער- מהרש"ק.
  • רבי שבתי כהן- דער ש"ך
  • רבי דוד לידא-עיר דוד.

זיינע ספרים

ער האט מחבר געווען א סאך ספרים, אבער נאר א קליינער טייל פון זיי זענען געדרוקט געווארן:

  • חידושים על מסכת בבא קמא
  • חידושים והגהות על הסמ"ק
  • חנוכת התורה- א ליקוט פון זיינע חידושים על סדר התורה וואס איז מלוקט פון מער ווי צווי הונדערט ספרים וואס זיי בריינגען זיינע חידושים

זיינע פסקים און חידושים זענען פארשפרייט אין די ספרים פון זיינע תלמידים און אין די ספרים פון די אנדערע גדולי הדור, צום ביישפיל דער ש"ך, נודע ביהודה, חכם צבי, חתם סופר און נאך.

משפחה

זיינע קינדער זענען:

  • רבי יהודה לייב
  • רבי מרדכי
  • רבי יששכר בער (באקאנט ווי רבי בעריש בהגאון; ער הטא געפירט די אידישע קהילה אין קראקע און איז געווען דער פרנס הכולל פון דעם ועד ארבע ארצות.
  • רבי שאול אב"ד אין בריסק און אין קראקע, דער פאטער פון רבי אריה לייב פון אמסטערדאם (איידעם ביים חכם צבי)
  • די ווייב פון רבי אברהם (זייער זון רבי משה איז געווען דער אב"ד פון הוראדנא און דער מחבר פונעם ספר ״תפארת למשה״
  • רעבעצין העסיא די ווייב פון הגאון הגדול רבי מאיר אב"ד אפטא און לובלין
  • רעבעצין ברונא די ווייב פון הגאון רבי צבי הירש (ער איז שפעטער געווארען א איידים ביי זיין שוואגער ר' יהודה לייב דער זון פון דער רבי ר העשיל)

זעט אויך

רעפערענצן

וועבלינקען