אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ברוך גרינפעלד"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מוסיף געווען זיין אפשטאם מיט א לינק
צו געלייגט א לינק
שורה 8: שורה 8:





אין 1923 האָט ער אימיגרירט צו די פארייניקטע שטאטן וואו ער האט געדינט אלץ דער רב אין סקראנטאן, פענסילוועניע, פיטסטאָן, פענסילוועניע, ווילקעס-בער, פענסילוועניע, די בראָנקס, ניו יארק סיטי און דער אונטערשטער איסט סייד אין דער 52 קאַנאָן סטריט שול "קהלת אנשי ספרד אוסטריה ואונגריה". עס האט איהם שטארק צוטראגען וועגען די פוילקייט אין וועלכן מען האט געפירט תורה-אידישקייט און ער האט שטארק געקעמפט קעגען די דאזיגע פוילקייט. אין 1935 איז ער אריבערגעפארן קיין ירושלים עיה"ק און ביי זיין אנקומען האט מען איהם פארגעשלאגען א צאל הויכע רבנישע הודעות אין דעם בית דין. אַזוי ווי אין פריערדיקן צייט אין זיין לעבן, האָט ער צוליב זיין גרויס עניוות אָפגעוואָרפן אזעלכע שטעלעס, אבער ער איז נאך אלעס געווען איינער פון די פירער פון די עדה החרדית.
אין 1923 האָט ער אימיגרירט צו די פארייניקטע שטאטן וואו ער האט געדינט אלץ דער רב אין סקראנטאן, פענסילוועניע, פיטסטאָן, פענסילוועניע, ווילקעס-בער, פענסילוועניע, די בראָנקס, ניו יארק סיטי און דער אונטערשטער איסט סייד אין דער 52 קאַנאָן סטריט שול "קהלת אנשי ספרד אוסטריה ואונגריה". עס האט איהם שטארק צוטראגען וועגען די פוילקייט אין וועלכן מען האט געפירט תורה-אידישקייט און ער האט שטארק געקעמפט קעגען די דאזיגע פוילקייט. אין 1935 איז ער אריבערגעפארן קיין ירושלים עיה"ק און ביי זיין אנקומען האט מען איהם פארגעשלאגען א צאל הויכע רבנישע הודעות אין דעם בית דין. אַזוי ווי אין פריערדיקן צייט אין זיין לעבן, האָט ער צוליב זיין גרויס עניוות אָפגעוואָרפן אזעלכע שטעלעס, אבער ער איז נאך אלעס געווען איינער פון די פירער פון די [[עדה החרדית]].





רעוויזיע ביי 06:20, 13 מײַ 2020

הרב ברוך גרינפעלד (1872-1956), אויך גערופֿן ר' ברוכ'ל הערמאַנשטאַטער, איז געווען א חסישידער רב און א גרויסער תלמיד חכם. ער האט געדינט אין רבנות אין עטלעכע שטעט אין אונגארן און אין די פֿאראייניגטע שטאטן.

ביאגראפֿיע

ער איז געבוירן געווארן אין הומינא, סלאוואַקיי (דעמאלט זעמפלען דיסטריקט, מלכות פון אונגארן) צו זיין טאטא החסיד ר' שאול יחזקאל גר"פ מקורימא (פון די משפחה פון ר' שאול ליטשיקער) און צו זיין מאמע די צדיקית מרת חנה ע"ה די טאכטער פון די חסיד המקובל ר' יעקב יצחק צימענט מטערצעל זצ"ל. אלץ אַ יונג קינד, איז ער שוין געווען דערקענט דורך אַלע וואס האבען איהם באגעגנט ווי א גאר פרום און פלייסיגע תלמיד. ער האט געלערנט אין קליינווארדיין ביי דעם גדול בישראל, דער מחבר פון דער ספרים ערוגת הבושם, רבי משה גרינוואלד און איז באלד געווארן איינער פון די חשובער תלמידים דארט. רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם, דער שינאווער רבי, האט זייער שטארק גערעדט פון ר' ברוך און האט אים געהאלטן אין א הויכע שטימע.

הרב ברוך גרינפעלד האט חתונה געהאט מיט רבקה וויינבערגער אין 1891 אין דער שטאט סטראפקאוו וואו עס האָט זיך דעמאלט געקליבן ארום אים עטליכע בחורי חמד וואס ער האט  מיט זיי געלערנט. עס איז געווען מעין א קליינע ישיבה. שפעטער איז ער געווארן דער דיין פון די שטאט שעבעש, פאטנעק אין הערמענשטאט, וואו ער האט געגרינדעט די ארטאדאקסישע ספרדישע קהילה. איידער ער איז געקומען קיין אמעריקא האט ער א קורצע תקופה האט ער געדינט אלץ דער רב פון קלויזענבורג (וואו ער איז אויך געווען אינסטרומענטאל אין גרינדן די ארטאדאקסישע ספרדישע קהילה).


אין 1923 האָט ער אימיגרירט צו די פארייניקטע שטאטן וואו ער האט געדינט אלץ דער רב אין סקראנטאן, פענסילוועניע, פיטסטאָן, פענסילוועניע, ווילקעס-בער, פענסילוועניע, די בראָנקס, ניו יארק סיטי און דער אונטערשטער איסט סייד אין דער 52 קאַנאָן סטריט שול "קהלת אנשי ספרד אוסטריה ואונגריה". עס האט איהם שטארק צוטראגען וועגען די פוילקייט אין וועלכן מען האט געפירט תורה-אידישקייט און ער האט שטארק געקעמפט קעגען די דאזיגע פוילקייט. אין 1935 איז ער אריבערגעפארן קיין ירושלים עיה"ק און ביי זיין אנקומען האט מען איהם פארגעשלאגען א צאל הויכע רבנישע הודעות אין דעם בית דין. אַזוי ווי אין פריערדיקן צייט אין זיין לעבן, האָט ער צוליב זיין גרויס עניוות אָפגעוואָרפן אזעלכע שטעלעס, אבער ער איז נאך אלעס געווען איינער פון די פירער פון די עדה החרדית.


ר' ברוך איז געווען נאענט מיט דעם סאטמאר רבי, רבי יואל טייטלבוים, און זיי האבן געלערנט אינאיינעם טעגליך גפ"ת. ער איז אויך געווען נאענט מיטן בעלזער רבי רבי אהרן רוקח, וועלכער האָט שטארק רעספּעקטירט ר' ברוך און האט עטליכע מאל אויסגעדרוקט צו זיינע נאנטע מענטשן וועגן אים וואס פאר א גרויסע ת"ח ער איז.

אויסער דעם וואס ער איז געווען באקאנט אלס א גרויסער תלמיד חכם, איז הרב גרינפעלד אויך געווען טאַלאַנטירט מוזיקאליש און א שיינער בעל תפילה און חזן. אין יאר תשי"ט האט מען געדרוקט זיינע גליונות אויף שו"ע או"ח אין דעם לעצטן באנד פון ערוגת הבשם על התורה. אין 1975 איז געדרוקט געוואָרן א ספר מיט א קליינער זאמלונג פון זיינע שריפטן אונטער דעם נאמען אהל ברוך.‏[1]

משפחה

רב ברוך האט געהאט פינף קינדער וואָס האבען חתונה געהאט. די עלטסטע איז געווען מרת מרים הי"ד וואָס איר מאן איז געווען  רב נתן בוימהאפט, א גרויסער תלמוד חכם אין א למדן וואָס זיי האבן געלעבט אין קלויזענבערג. ר' נתן מיט מרים און פערצן פון זייערע קינדער, זענען נעבעך אומגעקומען אינעם חורבן. איינער פון זייערע קינדער, מרת סילקא ע"ה איז בחמלת ה' געבליבען ביים לעבען. נאָך דער מלחמה האָט סילקא חתונה געהאַט מיט ר' חיים שפיץ און זיי האבן געהאט דריי קינדער. רב ברוך'ס צווייטע קינד איז געווען מרת רחל, וועלכער האָט חתונה געהאט מיט א פיינע בן תורה מיטן נאָמען ר' אהרן קלויזנר. די קלויזנרס האבן גיהאט צוויי קינדער. זיין דריטער  קינד איז געווען מרת חיה איידל, זי האט חתונה געהאט מיט ר' שמעון פישמאן. זיי זענען געווען אָן קינדער. זיין פערטע קינד, מרת מירל, האָט חתונה געהאַט מיט ר' חיים פאל. זי איז געשטארבן בשעת קימפעט און איז געבליבן אן קינדער. זיין פינפט קינד, מרת שרה, האט חתונה געהאט מיט ר' דוד יעקב פרידמאן און זיי האבן געהאט זעקס טעכטער.

רעפערענצן

  • מושיען של ישראל, פון שלמה יעקב גלבמן
  • יצחק יוסף כהן (1989). חכמי טראנסילוואניה. מכון ירושלים. 
  • וויינשטיין, אברהם אביש הכהן. ספר זכרון סטראָפּקאָוו. ברוקלין: דייטש פּובלישינג און פּרינטינג פירמע. 
  • לקורות היהדות בטרנסילבניה פון צבי יעקב אבראהאם, 1951

 

וועבלינקען

ספר זכרון סטראפקאוו פון אברהם אביש הכהן וויינשטיין (1968) [1]    
* ר 'ברוך גרינפעלד וואָסערמענשטאט ז"ל - י"א אייר תשט"ז