אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שאול יחזקאל גרינפעלד"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט '<!--אריינפיר--> רבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק רבי שאול יחזקאל גרינפעלד וואס איז באווס...'
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 14:14, 5 מײַ 2020

רבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק

רבי שאול יחזקאל גרינפעלד וואס איז באווסט מיט דיא נאמען רבי שאול ליטשיקער זצ"ל איז געבוירען געוורען בשנת תקנ"ד אין די שטאט אוהעל צו זיין פאטער הגאון רבי אברהם שלמה גרינפעלד זצ"ל וואס מען האט איהם גערופען "זאלי" ער איז געווען ראב״ד באוהעל אין די צייט פון הגה״ק בעל ישמח משה", און צו זיין מאמע די רעבעצין שרה ליפשא ע"ה די טאכטער פון רבי יהושע העשיל זצ"ל וואס איז געווען א זון פון רבי בנימין זאב זצ"ל וואס איז געווען א זון פון רבי יהודא ליב זצ"ל וואס איז געווען א זון פון הרה"ק רבי ר' העשיל מקראקא זצ"ל,


רבי שאול געווען א תלמיד מובהק פונעם ישמח משה זצ"ל וואס האט אים זייער מחבב געווען אלס זיין גדלות בתורה, ער שרייבט אויף אים: "לידע ולהודיע ולהודע שה"ה תלמידי הרבני המופלג בתורה וביראה החרוץ ושנון הבקי בגמ' ופוסקים מו"ה שאול יחזקאל נ"י לולי שגדרתי בעדי שלא ליתן הורמנא לשום אדם לדון ולהורות ולא אוכל לצאת מגדרי הייתי נותן לו בודאי הורמנא כי ידעתי כי הוא למדן מובהק ומופלג באמת ובעל שכל צח ומתמיד גדול ושוקד תמיד על התורה ועל העבודה הוגה בתורת ה' יומם ולילה בגמ' ופוסקים והוא בעל ישוב הדעת מתון ומסיק ואיש אשר כל אלה לו ודאי ראוי להוראה והגיע להוראה...".

אויך איז ער געווען א תלמיד פונעם חתם סופר זצ"ל, וואס שרייבט אויף אים "תלמידי החרוץ המופלא מו"ה שואל נ"י". ער האט חתונה געהאט מיט די רעבעצין מלכה וואס איז געווען א טאכטער פון רבי צבי הירש זאוועטקער הנ"ל,

ר' יצחק גרינפעלד (ער איז יונגערהייט אוועק טין די טאג כ"ה שבט תרי"א) ר' מאיר יעקב גרינפעלד, ר' נח גרינפעלד

בזיווג שני הטא כר חתונה געהאט מיט דיא רעבעצין ריזל שפירא, און זיי האבען געהאט א זון ר' משה שפירא

ר' שאול איז אוועק אין דיא טאג י"ד אדר תר"ט און איז באהאלטען געוורען אין מיהאלעוויץ,

אום שנת תרל"א האט זיין אייניקל ארויסגעגעבן א קליין חלק פון זיינע חידושים אינעם ספר "ספר מגן שאול", אבער רוב פון זיינע חידושים זענען ליידער פארלוירן געגאנגן.




זעט אויך

רעפערענצן

וועבלינקען

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=32139 [[קאַטעגאָריע:]]